ניט־רעכטצײַטיקע געזעצן אין אוקראַיִנע

Untimely laws in Ukraine

די אַרבעטער צעשטערן דעם סאָוועטישן דענקמאָל לכּבֿוד ניקאָלײַ רודנעוו, כאַרקאָוו, אַפּריל 2015
Getty Images
די אַרבעטער צעשטערן דעם סאָוועטישן דענקמאָל לכּבֿוד ניקאָלײַ רודנעוו, כאַרקאָוו, אַפּריל 2015

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published April 17, 2015, issue of May 15, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אַ חוץ די גאַסן, וועט מען מוזן — אַזוי קלינגט עס — משנה־שם זײַן די סאָוועטיש־קלינגענדיקע שטעט און דערפֿער. למשל, דנעפּראָפּעטראָווסק קען ווידער ווערן עקאַטערינאָסלאַוו. אמת, מע הערט שוין אײַנפֿאַלן אין דעם נוסח, ווי מע האָט עס אָפּגעטאָן מיט „קאָרבין־פּלייס‟ אין ברוקלין, דהײַנו: צו זאָגן, אַז דער ערשטער טייל פֿונעם נאָמען פֿון דער שטאָט איז כּשר, ווײַל דאָס איז דער נאָמען פֿונעם טײַך, און דער צווייטער טייל פֿונעם נאָמען וועט מען האַלטן פֿאַרבונדן ניט מיט דעם אַמאָליקן קאָמוניסטישן טוער גריגאָרי פּעטראָווסקי, נאָר מיטן אַפּאָסטאָל פּיאָטער אָדער (דאָס איז שוין, פֿאַרשטייט זיך, אַ וויץ) מיטן נאָמען פֿונעם איצטיקן פּרעזידענט — פּיאָטער פּאָראָשענקאָ.

אַזוי צי אַזוי מיינט די גאַנצע שפּיל, אַז מע וועט דאַרפֿן בײַטן אַן אין־סופֿיקע צאָל צייכנס, דאָקומענטן, מאַפּעס וכ’. דעם קונץ פֿון „קאָרבין־פּלייס‟ וועט מען ניט קענען טאָן מיט די טויזנטער ערטער, וואָס טראָגן לענינס נאָמען. שוין אָפּגעשמועסט פֿון די אויסגעריסענע „דרײַסיק יאָר פֿון סאָוועטן־אוקראַיִנע‟. דאָס אַלץ מיינט, פֿאַרשטייט זיך, גרויסע געלטער, אין אַ לאַנד מיט אַן עקאָנאָמיע, וואָס ליגט טיף — און זינקט אַלץ טיפֿער — אין דער ערד.

דער גאַנצער טאַראַראַם שטאַמט פֿון דער אַנומלטיקער געזעצן־שאַפֿערישער טעטיקייט אין דעם אוקראַיִנישן פּאַרלאַמענט. דווקא איצט, ווען דאָס לאַנד לעבן איבער זייער שווערע צײַטן און די געזעלשאַפֿט בלײַבט צעשפּאָלטן, באַשעפֿטיקט מען זיך דאָרטן מיט אַזעלכע „רוחניותדיקע‟ זאַכן. גלײַך ווי עס איז לעבנסוויכטיק גראָד איצט מאַכן אומלעגאַל די קאָמוניסטישע סימבאָליק און דערמיט צערייצן דעם היפּשן טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג, וואָס בלײַבט נאָסטאַלגיש נאָך די „גוטע‟ סאָוועטישע צײַטן, און פֿירן אַ קאַמף אָפּצוהיטן לענינס דענקמעלער.

דער געדאַנק אַליין, אַפּצוּווישן די קאָמוניסטישע נעמען פֿון דער מאַפּע, איז, בלי־ספֿק, אַ געזונטער. פֿאַר וואָס דאַרף אַ שטאָט הייסן דנעפּראָדזערזשינסק, לכּבֿוד פֿעליקס דזערזשינסקי, דעם „טאַטע‟ פֿון דער בלוטיקער סאָוועטישער געהיימער פּאָליציי? די פֿראַגע איז, אָבער, צי מע דאַרף עס טאָן איצט. צוריק גערעדט, האָט מען שוין אין אוקראַיִנע אַזאַ טראַדיציע: צוגיסן בוימל אין פֿײַער אַרײַן. מיט אַ יאָר צוריק, ווען דאָס לעבן אין לאַנד איז געווען גאָר הייס, האָט דער פּאַרלאַמענט געמאַכט עס נאָך הייסער מיט זײַנע באַמיִונגען צו באַגרענעצן דעם לעגאַלן סטאַטוס פֿון רוסיש, אויף וועלכן עס רעדט אַ גרויסער טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג.

אַ סבֿרא, אַז טויזנטער מענטשן האָבן אויפֿגענומען, ווי אַ שפּײַ אין פּנים, נאָך איין נײַעם פּראָדוקט פֿון דער געזעצן־שאַפֿערישער טעטיקייט: צו געבן די וועטעראַנען פֿון אוקראַיִנישע פּאַרטיזאַנען־נאַציאָנאַליסטן די זעלבע רעכט ווי די וועטעראַנען פֿון דער רויטער אַרמיי. דערמיט האָט מען פֿאַרגלײַכט אָט די צוויי קעגנערישע צדדים פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה; דערמיט האָט מען אויך צוגעגאָסן בוימל אין דעם פֿײַער פֿון דער רוסישער פּראָפּאַגאַנדע, וואָס שרײַט וועגן דעם „פֿאַשיסטישן רעזשים‟ אין אוקראַיִנע.