מײַן חבֿר וולאַדימיר סלעפּאַק ז״ל

My Friend, Vladimir Slepak, In Memoriam

וולאַדימיר סלעפּאַק
וולאַדימיר סלעפּאַק

פֿון איתּן פֿינקעלשטיין

Published May 14, 2015, issue of May 29, 2015.

מעגלעך, אַז טויזנטער מענטשן האָבן געקאָנט און קענען נאָך הײַנט זאָגן, אַז וולאַדימיר סלעפּאַק איז זייער חבֿר, ווײַל ער האָט יעדן פֿון זיי געהאָלפֿן אַרויסצופֿאָרן פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד… כ‘געדענק, ווי איין מאָל בין איך אַרײַנגעגאַנגען צו אים אַהיים, און אויף דער שוועל זיך אָנגעטראָפֿן מיט אַ פּאָרל אַמעריקאַנער טוריסטן. זיי האָבן אים געבראַכט אַ גאַנץ פּעקל „Invitations from Israel‟. דער באַלעבאָס האָט אָנגעקוועלט: „שוין איבער פֿינף טויזנט מענטשן וועלן באַקומען אַזעלכע פֿאַרבעטונגען אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל‟.

געווען איז עס אין די פֿריִיִקע 1970ער יאָרן, אַ סכּנותדיקע צײַט, ווען פֿון איין זײַט, האָט זיך אויפֿגעוועקט בײַ די „ייִדן פֿון שווײַגן‟ דער נאַציאָנאַלער באַוווּסטזײַן און ווירדע, זיך צעוואַקסן די באַוועגונג פֿון אַרויספֿאָרן קיין ישׂראל און דער קאַמף פֿאַר מענטשנרעכט; און פֿון דער צווייטער זײַט, האָט די רעגירונג פֿאַרשטאַרקט איר רעפּרעסיווע מאַשין און אַנטיסעמיטישע פּראָפּאַגאַנדע.

דער גרעסטער טייל סאָוועטישע ייִדן, כּמעט אין גאַנצן אַסימילירט, פֿלעגט אַרײַנמישן אין זייער רוסיש אַ צענדליק ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן, ווען מע דאַרף און ווען מע דאַרף נישט. עפּעס האָבן זיי געהערט מכּוח דעם אייגענעם ייִחוס: פֿון וואַנען שטאַמט דער זיידע און וואָס איז געווען זײַן פּרנסה. סלעפּאַק האָט, דאַכט זיך, וועגן דעם אויך קיין אַנונג נישט געהאַט. דערפֿאַר האָט ער געוווּסט, אַז זײַן טאַטע איז אַ פֿאַרברענטער קאָמוניסט, אַ פּאַרטיי־פֿונקציאָנער, וואָס איז על־פּי־נס געבליבן לעבן, בעת סטאַלינס רדיפֿות.

זײַנע קינדער־יאָרן האָט וולאַדימיר פֿאַרבראַכט אין כינע; דערנאָך זיך געלערנט אין מאָסקווע, באַקומען אַ דיפּלאָם פֿון אַ ראַדיאָ־אינזשעניר, און געהאַט אַ גוטע אַרבעט. מיט איין וואָרט, אַ טיפּישער אינטעליגענט מיט אַן אָנווײַזונג אין זײַן פּאַס — „ייִד‟. שטעלט זיך די פֿראַגע: פֿאַר וואָס האָט דווקא אַזאַ הצלחהדיקער בירגער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אַרײַנגעגעבן די פּאַפּירן צו באַקומען די דערלויבעניש אַרויסצופֿאָרן פֿונעם לאַנד נאָך אין יאָר 1969?

כ‘מיין, די סיבה דערצו איז געווען, קודם־כּל, דאָס געפֿיל פֿון זײַן כּסדר דערנידעריקט — סײַ וואָס שייך דער פֿרײַהייט, סײַ ווי אַ ייִד. טויזנטער ייִדן האָבן מיט די באַליידנדיקע געפֿילן געלעבט און זיך שוין צוגעוווינט צו דעם. און פּלוצעם זעצט אויס די זעקס־טאָגיקע מלחמה אין מיטעלן מיזרח, און גלײַך נאָך איר — אַ ווילדע כוואַליע פֿון דער סאָוועטישער אַנטי־ציוניסטישער פּראָפּאַגאַנדע. דער ציוניסט (געמיינט דער ייִד), ווערט ווידער באַשולדיקט אין אַלע צרות פֿונעם סאָוועטישן פֿאָלק. דאָס פֿײַער פֿון שׂינאה צו זיי, לעשן די סאָוועטישע ייִדן מיט זייער קאַמף קעגן דער מאַכט. וולאַדימיר סלעפּאַק ווערט איינער פֿון די אַקטיווסטע קעמפֿער אויף דעם פֿראָנט. צי האָט ער זיך דעמאָלט אָפּגעגעבן דעם חשבון, וואָס ער וועט מוזן גובֿר זײַן אויפֿן וועגן צו ישׂראל? כ‘מיין, אַז יאָ. ער איז אָבער נישט געווען פֿון די מענטשן, וואָס וואַרטן, און קוקן אַרויס „מיט וואָס וועט זיך עס פֿאַרענדיקן?!‟

אָנגעגעבן די פּאַפּירן אויף אַרויסצופֿאָרן, האָט ער, פֿאַרשטייט זיך, באַקומען אַן אַפּזאָג. די סיבה? — „זײַן אַרבעט אין אַ געהיימער אונטערנעמונג‟. סלעפּאַק האָט נישט נאָכגעגעבן, נישט געזעסן מיט פֿאַרלייגטע הענט און נישט אַרויסגעקוקט פֿון הינטער פֿרעמדע רוקנס; זײַן נאַטור פֿון אַ קעמפֿער האָט אים געשטעלט אין די ערשטע רייען פֿון דעם „רעפֿיוזניקס‟־קאַמף. זײַן מאָסקווער דירה, אַקוראַט אַנטקעגן דעם מוניציפּאַלן בנין, איז געוואָרן אַן אומפֿאָרמעלער שטאַב פֿון דער ייִדישער באַוועגונג. פֿונעם גאַנצן לאַנד פֿלעגן קומען אַהין די „רעפֿיוזניקעס‟, ווי אויך יענע, וועלכע האָבן ערשט אָנגעהויבן זייער קאַמף צו פֿאַרלאָזן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

צווישן די אָפֿטע געסט אין זײַן דירה זײַנען געווען די אויסלענדישע זשורנאַליסטן, דיפּלאָמאַטן, און סתּם טוריסטן. עס האָבן אים אויך באַזוכט סענאַטאָרן און קאָנגרעסלײַט פֿון אַמעריקע, ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך, עסטרײַך און אַנדערע לענדער. שוין אָפּגערעדט, וועגן ייִדישע טוער פֿון פֿאַרשידענע לענדער. אין סלעפּאַקס דירה פֿלעגט מען שרײַבן וויכטיקע קאָלעקטיוו־בריוו, ווענדונגען צו דער רעגירונג, מיט פֿאָדערונגען צו דערלויבן אַ פֿרײַע עמיגראַציע; ווי אויך אונטערשרײַבן פּעטיציעס און פּראָטעסטן צו די אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס, בתוכם אין דער „יו־ען‟.

וולאַדימיר סלעפּאַק איז געווען צווישן די שטענדיקע באַטייליקטע אין הונגער־שטרײַקן אויפֿן מאָסקווער הויפּט־טעלעגראַף, אין די פּראָטעסט־אַקציעס צו שטיצן די דעסידענטן און „רעפֿיוזניקעס‟; געהאָלפֿן די משפּחות פֿון די אַרעסטירטע. פֿאַרשטייט זיך, אַז די מאַכט האָט עס נישט געקאָנט אַראָפּשלינגען; מענטשן פֿון „קאַגעבע‟ האָבן געהאַלטן אויף אים אַן אויג מעת־לעתנווײַז, דורכגעפֿירט אונטערזוכן אין זײַן שטוב… און כּסדר האָבן זיך געהערט דראָונגען: „מע וועט אײַך קיין מאָל נישט אַרויסלאָזן!‟, „מע וועט אײַך אײַנזעצן!‟, „איר וועט אומקומען אין אַן אומגליק־אַקצידענט!‟ — מע האָט געסטראַשעט אים, זײַן פֿרוי און קינדער. עס קלינגט הײַנט מאָדנע, אָבער סלעפּאַק פֿלעגט שטענדיק אויסזען רויִק, נישט געפֿאַלן בײַ זיך, און זיך תּמיד געהאַלטן גערעכט.

במשך פֿון 12 יאָר פֿון אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט דאָרטן איז מיר אויסגעקומען צו גיין מיט אים אויף פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציעס, הונגערן לאַנגע טעג, שמועסן מיט פּאָליטישע טוער און געזעלשאַפֿטלעכע פֿיגורן פֿון אויסלאַנד; כ‘האָב אים קיין מאָל נישט געזען איבערגעשראָקן, פֿאַרלוירן, צעמישט, נישט וויסן וואָס צו ענטפֿערן אָדער זאָגן. ער פֿלעגט שטענדיק זײַן זיכער אין זײַנע רייד און מעשׂים, און האָט געמונטערט אַ צווייטן מיט זײַן וווילקייט.

פֿאַר טויזנטער מענטשן, בתוכם מײַן ווייניקייט, איז וולאַדימיר סלעפּאַק געווען אַ מוסטער פֿון דרייסטקייט און געטרײַשאַפֿט דעם ענין. ער פֿלעגט אָנשטעקן יעדן מיט גלויבן און ווילן, נישט נאָכגעבן זיך דער מאַכט און דעפּרעסיע. מיט אים האָבן מיר זיך געפֿילט פֿעסטער, ווי הינטער אַ שטאַרקער וואַנט. פֿון וואַנען דער מענטש האָט געשעפּט כּוחות, איז שווער צו זאָגן. איין זאַך איז זיכער: ווען די סאָוועטישע מאַכט וואָלט געווען קליגער און אים אַרויסגעלאָזט קיין ישׂראל פֿריִער, וואָלטן מיר, זײַנע חסידים, באַלד פֿאַריתומט און אָפּגעשוואַכט געוואָרן.

קומענדיק, סוף־כּל־סוף, קיין ישׂראל האָט סלעפּאַק זיך געהאַלטן שטאָלץ, מיט ווירדע; קיין מאָל זיך נישט באַרימט און נישט אַרויסגעשטעלט מיט זײַנע פֿאַרדינסטן, נישט געפֿאָדערט פֿאַר זיך באַזונדערע פּריווילעגיעס, נישט געשטופּט זיך צו פֿאַרנעמען הויכע פּאָזיציעס אין פּאָליטיק, ווי אַנדערע. אַזאַ איז ער פֿאַרבליבן אין מײַן האַרץ — אַ ריינער, ערלעכער און שטאָלצער ייִד.