באָריס נעמצאָווס לעצטער באַריכט

Boris Nemtsov's Last Report

דער רוסישער אָפּאָזיציע־אַקטיוויסט איליאַ יאַשין אויף דער פּרעזענטאַציע פֿון אַן אומאָפּהענגיקער אויספֿאָרשונג, געמאַכט דורך עקספּערטן, מיטן נאָמען „פּוטין. מלחמה‟, מאָסקווע דעם 12טן מײַ.
Getty Images
דער רוסישער אָפּאָזיציע־אַקטיוויסט איליאַ יאַשין אויף דער פּרעזענטאַציע פֿון אַן אומאָפּהענגיקער אויספֿאָרשונג, געמאַכט דורך עקספּערטן, מיטן נאָמען „פּוטין. מלחמה‟, מאָסקווע דעם 12טן מײַ.

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published May 14, 2015, issue of May 29, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

מע קען ניט זאָגן, אַז דער באַריכט טראָגט אַ סך נײַע, פּלעפֿנדיקע ידיעות. אַ גרויסע צאָל פֿון זיי איז שוין געווען פֿריִער באַוווּסט. אָבער די ווערט פֿון דעם דאָקומענט באַשטייט אין דעם, וואָס פֿון כּלערליי באַזונדערע פֿאַקטן שאַפֿט ער אַ קלאָר בילד פֿון דעם, וואָס די אַגרעסיע אין אוקראַיִנע האָט געבראַכט דער רוסישער באַפֿעלקערונג. די אָפֿיציעלע מעדיאַ פֿאַרשווײַגט די דאָזיקע פֿאַקטן אָדער, ריכטיקער, פֿאַרשרײַט זיי אין דער טאָג־טעגלעכער פּראָפּאַגאַנדיסטישער היסטעריע.

וועגן דער אָפֿיציעלער פּראָפּאַגאַנדע ווערט ניט ווייניק געזאָגט אין דעם באַריכט. בפֿרט וועגן אַנטוויקלען אַ קולט אַרום דעם נצחון אין דער צווייטער וועלט־מלחמה און אויסנוצן דעם היסטאָרישן וואָקאַבולאַר צו באַשרײַבן די איצטיקע געשעענישן. לויט דער דאָזיקער טערמינאָלאָגיע, איז אוקראַיִנע איצט פֿאַרכאַפּט געוואָרן דורך פֿאַשיסטן, אַזוי אַז קרים און די טעריטאָריעס, וואָס געפֿינען זיך אונטערן קאָנטראָל פֿון די סעפּאַראַטיסטן, ווערן כאַראַקטעריזירט ווי אַן „אינדזל פֿון גליק‟, מחמת זיי זײַנען, כּלומרשט, באַפֿרײַט געוואָרן פֿון פֿאַשיזם. און אַ גרויסער טייל פֿונעם עולם אין רוסלאַנד נעמט עס אויף פֿאַר ריין געלט, בפֿרט נאָך אַז ס’רובֿ רוסישע בירגער (ווי עס ווײַזן אויספֿרעגן) גלייבן נאָר דער אָפֿיציעלער רוסישער מעדיאַ.

דער באַריכט איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן ווי אַ קאָנטער־פּראָפּאַגאַנדיסטישע פּובליקאַציע, וואָס דאַרף עפֿענען די אויגן בײַ די מענטשן, אָפּגעסמט דורך פּוטינס מעדיאַ. מע זוכט איצט געלט, כּדי צו פֿאַרעפֿנטלעכן דעם טעקסטן מיט אַ באמת גרויסן טיראַזש. די פֿראַגע איז ניט נאָר וועגן געלט, דערווײַל זאָגן זיך אָפּ אַלע דרוקערײַען זיך צו באַשעפֿטיקן מיט אָט דער געפֿערלעכער אַרבעט. אָבער דאָס איז ניט די גרעסטע פּראָבלעם. קודם־כּל, איז ניט קלאָר, צי מענטשן וועלן עס, ערשטנס, לייענען און, צווייטנס, גלייבן דער דאָזיקער אויספֿאָרשונג. אַן אויספֿרעג, דורכגעפֿירט ניט לאַנג צוריק, האָט געוויזן, אַז נאָר יעדער פֿינפֿטער רוסישע בירגער האָט געהערט וועגן נעמצאָווס פֿריִערדיקע באַריכטן, 6 פּראָצענט האָבן זיך באַקענט מיט די הויפּט־אויספֿירן, און נאָר 5 פּראָצענט האָבן די באַריכטן טאַקע געלייענט. אַ סבֿרא, אַז אָט די 5 פּראָצענט האָבן זיך ניט גענייטיקט, מע זאָל זיי עפֿענען די אויגן — די אויגן זײַנען בײַ זיי שוין געווען ברייט געעפֿנטע.

איך וויל ניט זאָגן, אַז דאָס אַלץ איז געווען אַ פּוסטע טירחה. ווי מע זאָגט: דער טראָפּן צעדריבלט דעם שטיין. אַזעלכע „טראָפּנס‟ זײַנען בלי־ספֿק וויכטיק. לכל־הפּחות, פֿאַר דעם חלק לײַט אין רוסלאַנד, וואָס בלײַבן ניט זאָמבירט און אַרומגעכאַפּט מיט אַ הייסער ליבע צו פּוטינען.