ייִדישע פּרעסע אין רומעניע

Yiddish Press in Old Romania

מע לייענט ייִדישע און העברעיִשע צײַטונגען אין דער „אליעזר שטיינבאַרג־ביבליאָטעק‟, 1930ער יאָרן, אין ליפּקאַן, רומעניע (הײַנט מאָלדאָווע)
מע לייענט ייִדישע און העברעיִשע צײַטונגען אין דער „אליעזר שטיינבאַרג־ביבליאָטעק‟, 1930ער יאָרן, אין ליפּקאַן, רומעניע (הײַנט מאָלדאָווע)

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published May 15, 2015, issue of June 12, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אַ גאַנץ קאַפּיטל איז געװידמעט דער סאַמע לאַנגדױערדיקער צײַטונג „היועץ לבית ישׂראל ברומניה‟, װאָס איז אַרױס אין בוקאַרעשט אין משך פֿון מער װי צװאַנציק יאָר, 1874־1895. קאָסטיוק ראַדאָסאַװ דערקלערט דעם דערפֿאָלג פֿון דער דאָזיקער צײַטונג מיט דעם, װאָס זי האָט באַהאַנדלט אַ ברײטן קרײַז פֿון אַקטועלע ענינים און געדרוקט בריװ פֿון די לײענער. פֿון די דאָזיקע בריװ קאָן מען זיך דערװיסן פֿון די דאגות און פּראָבלעמען, װאָס האָבן באַזאָרגט די רומענישע ייִדן אין יענער צײַט. קודם־כּל, האָט מען זיך באַקלאָגט אױף די אָנפֿירער פֿון דער קהילה, הױכע טאַקסעס און שטײַערן.

אַן אַנדערע צרה איז געװען די „װאַנדערנדיקע רביים‟, שװינדלערס, װאָס האָבן זיך אַרומגעשלעפּט איבער מאָלדאָווע און אויסגענאַרט געלט בײַ פּשוטע ייִדן. מען האָט ספּעציעל אינפֿאָרמירט די לײענער װעגן אײניקע באַקאַנטע טיפּן, װאָס זײַנען כּסדר געקומען פֿון גאַליציע. סוף 1870ער יאָרן האָבן זיך באַװיזן אַ צאָל נײַע צײַטשריפֿטן פֿון פֿאַרשידענע ריכטונגען, צװישן זײ „יודישער טעלעגראַף‟ און „דער פּאָליטיקער‟ (בײדע אין בוקאַרעשט), װאָס זײַנען לכאורה געװען די סאַמע ערשטע ייִדישע טעגלעכע צײַטונגען אין דער װעלט.

זינט די 1880ער יאָרן זײַנען אַקטועל געװאָרן פּאָליטישע טעמעס. „היועץ‟ האָט אַקטיװ געשטיצט חיבת־ציון און די נײַע ציוניסטישע באַװעגונג, דערצײלט װעגן ייִדישע ייִשובֿים אין ארץ־ישׂראל. ציוניזם און עמיגראַציע האָבן גורם געװען הײסע װיכּוחים אין אַ טוץ ייִדישע צײַטשריפֿטן. אײניקע פּובליקאַציעס, װי „דאַס פֿאָלקסבלאַט‟, האָבן באַטאָנט דאָס װערט פֿון ייִדיש װי אַ ליטעראַרישע שפּראַך, װאָס לאָזט די שעפֿערישע כּוחות פֿונעם ייִדישן פֿאָלק זיך אױסדריקן בעסער װי אַנדערע שפּראַכן. אין די דאָזיקע אַרטיקלען פֿילט מען די השפּעה פֿון י. ל. פּרץ און שלום־עליכם. דער רעדאַקטאָר דובֿ־בער סופֿרין האָט דערקלערט אין זײַן לײט־אַרטיקל, אַז דװקא ייִדיש פּאַסט בעסער פֿאַר שאַפֿן אַ מאָדערנע ייִדישע קולטור אײדער העברעיִש, אָדער די אײראָפּעיִשע שפּראַכן. דערבײַ האָט ער אױך געשטיצט די טאַקסע אױף כּשר פֿלײש װי אַ מיטל אונטערצושטיצן די ייִדישע דערציִונג פֿאַר אָרעמע קינדער.

אין 1896 איז אין בוקאַרעשט אַרױס דער ערשטער סאָציאַליסטישער זשורנאַל „דער װעקער‟. דער חידוש איז געװען אין אַרײַנברענגען דעם ענין דעמאָקראַטיע אין ייִדישע עפֿנטלעכע װיכּוחים. די צװײטע סאָציאַליסטישע צײַטשריפֿט האָט געהײסן „דער קאָמפּאַס‟, און איז געװען מער ליטעראַריש און פּובליציסטיש.

ראַדאָסאַוו פֿאַרסך־הכּלט, אַז דער אױפֿקום פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין רומעניע אין דער צװײטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט איז אַ באַװײַז פֿונעם קולטורעלן אױפֿבלי פֿון רומענישן ייִדנטום. די צײַטונגען האָבן געשאַפֿן אַ נײַעם מין עפֿנטלעכער קאָמוניקאַציע און געהאָלפֿן פֿאַרשפּרײטן נײַע אידעען און קענטענישן.