צום 99סטן יאָרצײַט פֿון שלום־עליכם

99th Yortsayt of Sholem Aleichem

פֿון מיכאל מאַסאַרסקי

Published May 20, 2015, issue of June 12, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די טראַדיציאָנעלע פֿאָרלײענונג פֿון שלום־עליכמס ליטעראַרישע װערק האָט זיך הײַיאָר אָנגעהױבן מיטן רעציטירן אײניקע פֿראַגמענטן פֿון זײַן עטישער צװאה אױף ייִדיש און ענגליש. געטאָן האָבן עס דער ‏באַקאַנטער אַקטיאָר פֿון דער ייִדישער בינע, שײן בײקער, און דעם שרײַבערס אײניקל, ד”ר שערװין קאַופֿמאַן (ער האָט אױך פֿאָרגעלײענט זײַן שװעסטערס ענגלישע איבערזעצונג פֿון דער ייִדישער עפּיטאַפֿיע, אױסגעקריצט אױף שלום־עליכמס מצבֿה אױפֿן אַלטן „הר־הכּרמל‟ בית־עלמין אין קװינס).

שערװין איז אַ פּענסיאָנירטער דאָקטער און אױך אַ קאָמפּאָזיטאָר, אַן אױטאָר פֿון אַ היפּש ביסל מוזיקאַלישע װערק און ‏טעקסטן צו לידער. אין עטלעכע װאָכן אַרום, װערט ער 95 יאָר אַלט, ביז 120! ‏

דזשאָרדז גידעל לייענט „‏אַ מעשׂה װעגן דעם זײגער, װאָס האָט געשלאָגן דרײַצן‟
דזשאָרדז גידעל לייענט „‏אַ מעשׂה װעגן דעם זײגער, װאָס האָט געשלאָגן דרײַצן‟

‏‏די רשימה פֿון שלום־עליכמס שאַפֿונגען, רעציטירט פֿון אָנגעעזענע שױשפּילער און קולטור־טוער, האָט אײַנגעשלאָסן: „‏אַ מעשׂה װעגן דעם זײגער, װאָס האָט געשלאָגן דרײַצן‟, געלײענט אױף ענגליש פֿון ‏‏דזשאָרדז גידעל; ‏„אַ מענה־לשון פֿון אַ שטיפֿמאַמע‟, געלײענט אױף ייִדיש פֿון חיים װאָלף; אַ מעשׂה פֿון „די אײַזנבאַן־געשיכטעס‟, אױסגעפֿירט ‏אין זײַן אײגענער ענגלישער איבערזעצונג פֿון ‏שײן בײקער און אַנדערע דערציילונגען.

בעל קאַופֿמאַן און איר קוזינע, טאַמאַרע בערקאָװיטש, זײַנען געװען די אײנציקע אײניקלעך פֿון שלום־עליכם, װאָס ער האָט זיי געזען בײַ זײַן לעבן. ‏בעתן שרײַבערס הזכּרות אין די לעצטע יאָרן, פֿלעגט בעל ‏זאָגן‏, אַז איצטער איז זי, אַ פּנים, געבליבן די אײנציקע אױף דער גאַנצער װעלט צװישן די לעבעדיקע נפֿשות, װעלכע האָבן געקענט און געדענקט אים גופֿא. ‏מיט דער פּטירה פֿון בעל קאַופֿמאַן האָט זיך איבערגעריסן דער לעצטער לעבעדיקער פֿאָדעם, װאָס האָט דירעקט פֿאַרבונדן אונדזער צײַט מיטן שרײַבערס תּקופֿה. איך געדענק, װי‏ מיט דרײַ יאָר צוריק, האָט בעל קאַופֿמאַן דערקלערט‏, אַז אירע קרובֿים פֿון ייִנגערע דורות וועלן ממשיך זײַן ‏זײער משפּחה־טראַדיציע פֿון שלום־עליכמס יאָרצײַטן. ‏און אָט דער געבאָט אירער װערט איצט פֿאַרװירקלעכט. ‏ ‏