אַמעריקע וועט קאָמפּענסירן ישׂראל

US Will Compensate Israel

אַן F-35 קאַמף־עראָפּלאַן פֿון דער פֿירמע „לאַקהיד מאַרטין‟
Getty Images
אַן F-35 קאַמף־עראָפּלאַן פֿון דער פֿירמע „לאַקהיד מאַרטין‟

פֿון „האָרץ‟

Published May 21, 2015, issue of June 12, 2015.

די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל האָבן אָנגעהויבן אומאָפֿיציעלע קאָנטאַקטן אַרומצורעדן ספּעציעלע אַמעריקאַנער מיליטערישע שטיצע פֿאַר ישׂראל, אויב טעהעראַן און די וועלט־כּוחות וועלן טאַקע אונטערשרײַבן אַן אָפּמאַך מיט איראַן וועגן איר נוקלעאַרער פּראָגראַם.

הגם ביידע צדדים האָבן דערווײַל גאָרנישט געזאָגט, האָט די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע בדעה צו באַזאָרגן ישׂראל מיט, צווישן אַנדערע, מער F-35 קאַמף־עראָפּלאַנען און פּלאַטפֿאָרמעס פֿאַר זייערע אַנטי־ראַקעטן־סיסטעמען.

שוין 30 יאָר לאַנג, וואָס די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז איבערגעגעבן דער פּאָליטיק אויפֿצוהאַלטן ישׂראלס מיליטערישע אייבערהאַנט איבער אירע שכנים; בפֿרט — צו פֿאַרזיכערן, אַז צה״ל זאָל האָבן די אַוואַנסירטסטע אַמעריקאַנער וואָפֿן־סיסטעמען, אויסשטאַטונג און טעכנאָלאָגיע, און אַז קיין אַנדער לאַנד אין מיטעלן מיזרח — אַפֿילן די אַראַבישע לענדער, וואָס זענען נישט אַנטאַגאָניסטיש־געשטימט צו ישׂראל — זאָל נישט באַקומען אַוואַנסירטע טעכנאָלאָגישע סיסטעמען, וואָס מע האָט פֿריִער נישט געהאַט פֿאָרגעלייגט פֿאַר ישׂראל.

ישׂראל קריטיקירט ווײַטער דעם אַנטוויקלענדיקן אָפּמאַך צווישן די וועלט־כּוחות און איראַן, וואָס מע האָט פּרעזענטירט אין לאַוסאַן מיט אַ חודש צוריק. דערפֿאַר באַשטעטיקט ישׂראל נישט, אַז זי פֿירט שוין פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן וועגן קאָמפּענסאַציע. די נתניהו־רעגירונג וויל נישט מאַכן דעם אײַנדרוק, אַז זי האָט שוין אַקצעפּטירט דעם אָפּמאַך.

די פֿאָרשטייער פֿון די גאָלף־לענדער האָבן שוין אָבער יאָ אָפֿיציעל אָנגעהויבן פֿאָדערן אַ נײַעם וואָפֿן־אָפּמאַך פֿון אַמעריקע בעת אַ שפּיצן־קאָנפֿערענץ אין קעמפּ דייוויד מיטן אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ די פֿאַרגאַנגענע וואָך. זיי האָבן געזאָגט, אַז זיי ווילן נאָך קאַמף־עראָפּלאַנען, אַרויסשיס־פּלאַטפֿאָרמעס און אויפֿזיכט־אויסשטאַטונג. אין 2014 האָט סאַודיע געקויפֿט געווער מיט אַ ווערט פֿון 80 ביליאָן דאָלאַר, און די עמיראַטן האָבן באַקומען וואָפֿנס אויף 23 ביליאָן דאָלאַר. די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז דער גרעסטער וואָפֿן־עקספּאָרטירער אין די גאָלף־לענדער.