פּאָסט סקריפּטום: „אַן אומשטערבלעכער פּאָלק‟

Post Scriptum: "An Immortal Regiment"

Getty Images

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published May 28, 2015, issue of June 12, 2015.

אין דער הקדמה צום ספֿר־הזוהר װערט דערצײלט, אַז דוד המלך איז געקומען אױף דער װעלט, ניט געקוקט אויף דעם גזר־דין־של־מעלה, געבױרן צו װערן װי אַ נפֿלע און צו שטאַרבן דרײַ שעה נאָך זײַן געבורט. נאָר אַ דאַנק דער װײַטזיכטיקײט און הײסע בקשות פֿון אָדם־הראשון, האָט דער אײבערשטער אָפּגעשניטן 70 יאָר פֿון אָדם־הראשונס לעבן און צוגעטײלט זײ דוד המלכן.

פּונקט אַזעלכע, „פֿרעמדע‟ 70 יאָר האָט אָפּגעלעבט אױף דער װעלט מײַן טאַטע נתן, אָבער ניט דערלעבט אָנטײל צו נעמען אין די פֿײַערונגען לכּבֿוד 70 יאָר נאָכן נצחון איבערן נאַצישן דײַטשלאַנד און זײַנע פֿרײַנד. אַ שאָד, װײַל דער נצחון־טאָג איז געװען דער אײנציקער יום־טובֿ, װעלכן דער טאַטע, אַ פּשוטער סאָלדאַט, אַ זעמדל אין יענעם שרעקלעכן קריג, האָט געפּראַװעט יעדעס יאָר. ניט נאָר ער אַלײן, אַפֿילו זײַן פּאָרטרעט איז ניט געװען צװישן די מיליאָנען פּאָרטרעטן פֿונעם „אומשטערבלעכן פּאָלק‟, װעלכער האָט פֿאַרפֿלײצט די גאַסן פֿון 120 שטעט איבער גאָר דער װעלט. מע דאַרף דאָך האָבן אַ באַזונדער מזל און װיסן אַװוּ געבױרן צו װערן…

די רױמער פֿלעגן זאָגן: ubi bene, ibi patria, דאָרט, װוּ (דיר) איז װױל און גוט, דאָרט איז דאָס (דײַן) הײמלאַנד. אָבער דער מקור פֿונעם װערטל געפֿינט זיך אין דער קאָמעדיע Plutus (עשרות) פֿונעם גריכישן דראַמאַטורג אַריסטאָפֿאַן (385-445 פֿאַר דער נײַער צײַטרעכענונג): „הײמלאַנד איז יעדעס לאַנד, װוּ דעם מענטש איז װױל און גוט‟. אַ לעבן אױף אַריסטאָפֿאַנען און אױף זײַן נבֿיאישן קאָפּ. עס איז איבעריק צו זאָגן, אַז דער־אָ קאָסמאָפּאָליטישער פּאָסטולאַט איז װידער געװאָרן זײער אַקטועל, אָבער די פּראַקטישע פֿאַרװירקלעכונג פֿון דעם „חכמעלע‟ קומט דאָס מאָל פֿאָר מיט אַ שטאַרקן קאָפּװײטיק בײַ די אַנטװיקלטע לענדער.

אַװדאי, װער װעט זיך װעטן, אַז „האָב־און־גוטס‟, װי אױך „גוט און װױל‟ האָט נאָך קײנעם ניט געשאַט, און צו העלפֿן די פֿאַריאָגטע פּליטים איז אַ הײליקע זאַך. אָבער, עס פֿרעגט זיך אַ קשיא: װער װעט קעמפֿן דאָרטן, בײַ די פּליטים אין דער הײם, קעגן די בלוטיקע אַכזריותדיקע רעזשימען? דער „פֿעטערשי סעם‟ איז דאָך ניט קײן גומענער, און ער קען ניט „טאַנצן אױף צענדליקער חתונות‟. יענע צײַטן, װען דער „רוסישער בער‟ פֿלעגט זיך שטופּן אין אַלע מעגלעכע קאָנפֿליקטן, אַבי אָנצוזאָליען די „פֿאַרשאָלטענע קאַפּיטאַליסטן‟, יענע צײַטן זײַנען פֿאַרבײַ. װער ס’האָט געװאָלט און געקענט אַװעקפֿאָרן, איז שױן אַװעקגעפֿאָרן, און די, װאָס זײַנען געבליבן אין רוסלאַנד, װעלן ממשיך זײַן מיט חרובֿ מאַכן דאָס, װאָס איז נאָך געבליבן.