ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published June 01, 2015, issue of June 26, 2015.
ד״ר פּיטער קלוט קאָנטראָלירט, צי דער מעלבורנער ערובֿ איז כּשר
Joe Armao
ד״ר פּיטער קלוט קאָנטראָלירט, צי דער מעלבורנער ערובֿ איז כּשר

פּיאָנער פֿונעם מעלבורנער ערובֿ — געשטאָרבן

ד״ר פּיטער קלוט, אַ באַרימטער מיטגליד פֿון דער „מיזרחי‟־אָרגאָניזאַציע אין מעלבורן און אַ פּיאָנער פֿונעם מעלבורנער ערובֿ, איז געשטאָרבן אין מעלבורן נאָך אַ לאַנגער קראַנקײט. ער האָט געדינט װי דער עקזעקוטיװ־דירעקטאָר פֿון דער לאָקאַלער „מיזרחי‟־אָרגאַניזאַציע פֿון 1987 ביז 2003 און װידער צװישן 2005 און 2006. ער האָט געהאָלפֿן גרינדן „מיזרחיס‟ „תּורה מציון בית מדרש‟ און צו פֿאַרגרעסערן דעם מעלבורנער ועד־הכּשרת. די לװיה איז פֿאַרגעקומען אין מעלבורן. קלוט איז באַערדיקט געװאָרן אין מדינת־ישׂראל.

נאָך צװײ רעזיגנאַציעס בײַ דער מעלבורנער ישיבֿה

נאָך צװײ מיטגלידער פֿון דער טאָגשול פֿאַרװאַלטונג פֿון חב”דס ישיבֿה־קאָלעדזש אין מעלבורן האָבן רעזיגנירט פֿון זײערע אַמטן. די פֿאַרװאַלטונג דאַרף, אײגנטלעך, באַשטײן פֿון נײַן מיטגלידער. פֿיר האָבן רעזיגנירט מיט צװײ חדשים צוריק, און אַ זיבעטער מיטגליד פֿון דער פֿאַרװאַלטונג האָט דעמאָלט געמאָלדן, אַז ער װעט בקרובֿ פֿאַרלאָזן די פֿאַרװאַלטונג, כאָטש ער האָט נאָך נישט געמאָלדן װען דאָס װעט זײַן. די יחידים און די טאָגשול האָבן נישט געװאָלט רעדן מיט דער פּרעסע װעגן די רעזיגנאַציעס.

שאָקאָלאַד מיט „װעדזשימײַט‟

„װעדזשימײַט‟ איז אַ געשמיר, װאָס זעט אױס װי שוך־װאַקס און האָט זײער אַ שטאַרקן טעם, װאָס איז זײער געזאַלצן. אײגנטלעך, איז „װעדזשימײַט‟ געמאַכט פֿון הײװן. די קאַדבערי שאָקאָלאַד־פֿירמע האָט לעצטנס געמאָלדן, אַז זי פֿאַרקױפֿט שאָקאָלאַד מיט „װעדזשימײַט‟, און אַז דער נאַש איז כּשר לױטן מעלבורנער ועד־הכּשרת „כּשר אױסטראַליע‟. מע האָט אָבער געװוּנדערט זיך אױף „פֿײסבוק‟, צי דער װאָס פֿאַרזוכט דעם נאַש, קען בלײַבן לעבן נאָך אַזאַ איבערלעבונג!

סידנעיער פּראָפֿעסאָר װערט געװאָרנט

דער אוניװערסיטעט פֿון סידנעי האָט געװאָרנט דעם דירעקטאָר פֿון זײַן צענטער צו פֿאָרשן שלום און קאָנפֿליקטן, ד״ר דזשײק לינטש, נאָר זי האָט אים נישט אָפּגעזאָגט פֿון דער שטעלע. לינטש װערט באַשולדיקט אין שטערן דעם אוניװערסיטעטס שומרים בעת פּראָ־פּאַלעסטינישע סטודענטן האָבן איבערגעריסן אַ פּראָ־ישׂראלדיקן רעפֿעראַט אױפֿן קאַמפּוס.

דער פּרעזידענט פֿונעם עקזעקוטיװ־ראַט פֿון אױסטראַלישן ייִדנטום האָט אױסגעדריקט די מײנונג, אַז די װאָרענונג איז װײַט נישט קײן רײנװאַשונג פֿון לינטשס אױפֿפֿירונג. לינטש אַלײן זאָגט, אַז ער איז צופֿרידן, װאָס דער אוניװערסיטעט האָט אים נישט באַשולדיקט אין אַנטיסעמיטיזם, כאָטש ער װערט באַשולדיקט אין שטופּן געלט אינעם פּנים פֿון אַן עלטערער ייִדישער פֿרױ במשך פֿונעם סיכסוך.

אַ נײַער דאָקטאָראַט פֿאַר אַ מעלבורנער ראַבײַ

ראַבײַ ד״ר דזשאָן לוי, װאָס האָט יאָרן לאַנג געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אין דער באַװעגונג פֿאַר דיאָלאָג צװישן קריסטן און ייִדן אין אױסטראַליע, האָט באַקומען אַן ערן־דאָקטאָראַט פֿונעם קאַטױלישן אוניװערסיטעט פֿון אױסטראַליע. דער אוניװערסיטעט זאָגט, אַז ער איז באַערט געװאָרן אין ליכט פֿון זײַן אַרבעט לטובֿת דיאַלאָג צװישן די רעליגיעס און דאָס בױען אַ שטאַרקע מולטי־קולטורעלע געזעלשאַפֿט אין אױסטראַליע. דאָס איז ראַבײַ לויס פֿערטער דאָקטאָראַט. אַחוץ זײַן אַרבעט װי דער עמערירטער ראַבײַ פֿונעם מעלבורנער טעמפּל בית־ישׂראל, איז לוי אױך אָנערקענט װי אַ היסטאָריקער, װאָס פֿאָרשט די געשיכטע פֿון אױסטראַלישן ייִדנטום.

טריװיע־אָװנט (פֿרעגשפּיל) לכּבֿוד יום־ירושלים

דער ציוניסטישער ראַט פֿון װיקטאָריע האָט אײַנגעאָרדנט אַ טריװיע־אָװנט לטובֿת יום־ירושלים אין זײַן לאָקאַל.

נײַער ייִדישער „עפּ‟ אין מעלבורן

דער ייִדישער הילפֿס-פֿאָנד פֿון װיקטאָריע האָט אַרױסגעלאָזט אַ נײַע אַפּליקאַציע פֿאַר מאָבילקעס. די „עפּ‟ גיט דעם נוצער אַן עלעקטראָנישן ייִדישן לוח, פֿאַרבינדונגען מיט קהלישע אָרגאַניזאַציעס און אינפֿאָרמאַציע װעגן דעם, װען דער שבת הײבט זיך אָן יעדע װאָך אין מעלבורן. די „עפּ‟ דערלױבט דעם נוצער זיך מנדר צו זײַן צום הילפֿס־פֿאָנד אױך אױף אַן עלעקטראָנישן אופֿן.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.