די אָפּשפּיגלונג פֿון פֿעלנדיקע זאַכן

The Art of What's Missing

אַגניעשקאַ קוראַנט
Janek Zamoyski
אַגניעשקאַ קוראַנט

פֿון לוסי כּהן בלאַטער (ייִט״אַ)

Published June 02, 2015, issue of June 26, 2015.

ניו־יאָרק. — דעם 5טן יוני וועט אַגניעשקאַ קוראַנט ווערן איינע פֿון די זעלטענע קינסטלער, וואָס זייערע ווערק באַצירט דעם וועלט־באַרימטן געבויגענעם פֿאַסאַד פֿונעם „סאָלאָמאָן גוגענהײַם מוזיי‟.

קוראַנטס „דער סוף פֿון דער אונטערשריפֿט‟ — אַ נעאָן־ווײַסע ליכט־סקולפּטור אַראָפּגענומען פֿון די אמתע אונטערשריפֿטן פֿון די מוזיי־באַזוכער, איז אַ לויב צו דער פֿאַרשוווּנדנדיקער קונסט פֿון האַנטשריפֿט, האָט די פּויליש־ייִדישע קינסטלערין באַמערקט. די „קאָלעקטיווע אונטערשריפֿט‟ וועט מען קענען זען אויפֿן בנין אין מאַנהעטן יעדן אויפֿדערנאַכט, און איז ענלעך צום ווערק, פּראָיעקטירט מיט אַ בלאָען קאָליר, לעבן אַן אײַנקויף־צענטער אין האָלאַנד אין 2013.

„ס׳איז גלײַך ווי די אונטערשריפֿט פֿון אַ באַהאַלטענער האַנט פֿון אַ קאָלעקטיוון קערפּער,‟ האָט קוראַנט געזאָגט.

אירע ווערק וועלן געוויזן ווערן אינעם „גוגענהײַם‟ ווי אַ טייל פֿון דער זומערדיקער קונסט־אויסשטעלונג. אין אַ צווייטן ווערק אירן, „נעלם־געוואָרענע ביבליאָטעק‟, וועלן שטיין 112 ביכער אויף אַ פּאָליצע, און אויף יעדן בוך — וועט זײַן אָנגעוויזן דער סקאַניר־קאָד און דער אינטערנאַציאָנאַלער ביכער־נומער.

די טעמע — זאַכן וואָס מע קען נישט זען און זייער כּוח אין אונדזער דמיון — זענען אָפֿטע מאָטיוון בײַ קוראַנט, וואָס איז דערצויגן געוואָרן ווי אַ קאַטאָליק און בכלל נישט געוווּסט, אַז זי איז אַ ייִדישע טאָכטער, ביז זי איז געווען אַ דערוואַקסלינג. אירע באָבע־זיידע פֿון דער מאַמעס צד האָבן דורכגעמאַכט דעם חורבן, און איר מאַמע, וואָס האָט ס׳רובֿ פֿונעם לעבן געוווינט אין קאָמוניסטישן פּוילן, האָט מורא געהאַט צו זאָגן איר טאָכטער דעם אמת. „מיר איז דערפֿאַר שטאַרק אינטערעסאַנט, ווי אַזוי געוויסע געשיכטעס ווערן דערשטיקט אינעם קאָלעקטיוון זכּרון,‟ האָט קוראַנט געזאָגט.

איר מאַמעס משפּחה איז פֿאַרן חורבן געווען אַ סעקולערער ייִדישער טייל פֿון דער וואַרשעווער אינטעליגענץ. בעת דער מלחמה האָט אַ דײַטשער געשעפֿטסמאַן זיי באַהאַלטן, און דערלויבט זיי צו אַרבעטן אין זײַן פֿאַבריק. נאָך דער מלחמה איז איר זיידע געוואָרן אַ באַרימטער כירורג אין לאָדזש. אָבער אין 1968, נאָך דעם ווי די כוואַליע פֿון אַנטיסעמיטיזם האָט פֿאַרטריבן 20,000 ייִדן פֿון פּוילן, האָט דער זיידע פֿאַרלוירן די שטעלע און געמוזט אַרבעטן אין אַ פּראָווינציעלן שפּיטאָל ווײַט פֿון וואַרשע.

איידער קוראַנט האָט זיך באַזעצט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, מיט 3 יאָר צוריק, האָט זי געוווינט אויף כלאָדנאַ־גאַס אין וואַרשע, און באַמערקט, אַז עס פֿעלט דאָרט אַ דענקמאָל נאָך די ייִדן, וואָס האָבן דאָרט אַמאָל געוווינט. אין 2009, האָט זי, אין איינעם מיט דער פּוילישער קינסטלערין אַנאַ באַומגאַרט, געשאַפֿן דאָס ווערק „(…)‟ — אַ ריזיקע סקולפּטור פֿון באַוועגנדיקע באַלאָנען, באַשטעלט פֿונעם „מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן‟ אין וואַרשע.

„דער בלויז צווישן די קלאַמערן אינעם טיטל איז אַן אָנצוהערעניש, אַז דאָס ווערק איז אַן ׳אַנטי־דענקמאָל׳ — אַ מיטל צו ווײַזן, וואָס עס פֿעלט דאָרט‟, האָט קוראַנט דערקלערט.

זינט זי האָט זיך דערוווּסט וועגן איר משפּחהס סוד, האָט קוראַנט מיט באַגײַסטערונג אָנגענומען איר ייִדיש־פּוילישע אידענטיטעט. „דאָס בין איך טאַקע,‟ האָט זי באַטאָנט.