פֿיפֿעלע די שײנע און יאָסעלע דער בלאַטער

Fifele the Beautiful and Yosele the Crook

Yehuda Blum

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published June 07, 2015, issue of June 26, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

„מעסיע קעניג, עס קומט אײַך אַ מזל־טובֿ! אײַער פּראָבלעם איז געלײזט געװאָרן, אָבער, קודם־כּל, הערט אױס אַ מעשׂה‟.

און ר’ יאָסעלע לאָקש האָט זיך געשטעלט פֿאַרן מעסיע כױמעלע קאַבאַק און אָנגעהױבן צו דברן:

„אַמאָל זײַנען אין כעלעם געװען גרױסע בלאָטעס, פּונקט אַזױ װי אין אײַער קאַסע. און די ייִדן, להבֿדיל, נאָכן אָפּדאַװענען מינחה־מערבֿ, אין די טעג, װען די לבֿנה האָט געקרענקט, פֿלעגן אין דער פֿינצטער אײַנזינקען אין די בלאָטעס, ממש ביזן פּיפּיק אַרײַן. און דאַן בין איך געפֿאַלן אױפֿן שׂכל: מע דאַרף כאַפּן די פֿולע לבֿנה אין אַ פּאַסטקע, און װען ס’װעלן קומען די פֿינצטערע נעכט, דאַן װעל איך אַרױסקריגן די פֿולע לבֿנה פֿון דער פֿאַס און זי אױפֿהענגען אױף אַ בױם, און ס’װעט װידער זײַן גאָלע ליכטיקײט. געזאָגט און געטאָן. כ’האָב גענומען אַ גרױסע פֿאַס מיט װאַסער, אַװעקגעשטעלט זי לעבן דער שיל, און װען די פֿולע לבֿנה האָט אַרײַנגעקוקט אין דער פֿאַס, האָב איך זי געכאַפּט און צוגעדעקט מיט אַ דעקל. שױן, אױס־׳בלאָטעס־פּרשה׳. נאָר װאָס, אַז איך בין געלאָפֿן צום עולם, כּדי זיך טײלן מיט דער גוטער בשׂורה, האָט עמעצער צוגעגנבֿעט מײַן לבֿנה פֿון דער פֿאַס.‟

דער קעניג כױמעלע קאַבאַק האָט אָנגעהױבן װײנען:

„הײסט עס, אַז אַפֿילו אױב איך װעל כאַפּן די לבֿנה פֿון הימל, װעט מען זי בײַ מיר סײַ װי צוגנבֿענען?…‟

„אָ! — האָט זיך דערפֿרײט ר’ יאָסעלע לאָקש, — איצט, מעסיע־לעבן, הערט מיך גוט אױס, — און ר’ יאָסעלע האָט אַרױסגענומען פֿון דער פּלודערן־קעשענע אַ גרױסע שמאַטענע פּילקע. — אָט די־אָ שמאַטע, — האָט ער ממשיך געװען, — הײסט פּילקע. איר נעמט עלף געזונטע חבֿרה פֿון יעדן לאַנד, לאָזט זײ אַרױס אױף דער פּאַשע, און זאָלן זײ אַרומלױפֿן נאָך דער פּילקע און זיך סטאַרען אַרײַנװאַרפֿן די ׳שמאַטע׳ אין יענעמס דירה, אױף לײַטיש לשון, אין יענעמס טױער. נאָר װאָס? שפּילן דאַרף מען נאָר מיט די פֿיס. און דאָ קומען מיר צו דער עיקר־זאַך. די מוסולמענער דאַרפֿן שפּילן פֿרײַטיק, די ייִדן — אום שבת און די קריסטן — זונטיק. שױן — אױס רעװאָלוציעס, אױס קאָפּװײטיק. זײ, די עלף פֿוסבאָל־שפּילער שפּילן מיט די פֿיס, די מיליאָנען פֿוסבאָל־צושױער צאָלן און פּאַטשן מיט די הענט, איר זשע, מעסיע קעניג, מוזט אַרבעטן מיטן קאָפּ. ס’הײסט, איר דאַרפֿט שטעלן בײַ דער שיסל אַ הײמישן גנבֿ, אַז ער זאָל צײלן און היטן די טיטי־מיטעס. בעסער פֿון אַלץ, עפּעס אַ קרימינעלן אױטאָריטעט, אױף הענטשקע־לשון, אַ בלאַטער…‟

פֿיפֿעלע די שײנע האָט זיך פֿאַרטראַכט אױף אַ רגע און גלײַך געקומען צום סוף פּרשה:

„מײדעלעך־ייִנגעלעך, עס שטײט געשריבן — כּסף מטהר ממזרים, דאָס געלט מאַכט כּשר אַפֿילו אַ ממזר. ר’ יאָסעלע לאָקש פֿון כעלעם איז געװען מײַנער אַ קרובֿ, און װי אַ געטרײַער פֿעטער האָט ער געשטעלט דעם שװײַצאָנישן קעניג אַ תּנאַי, און טאַקע מיט די־אָ װערטער: ׳קעניג־לעבן, איך האָב אַ קרובֿה אין אָדעס, זי איז אַ פֿרײלעכע מױד און הײסן הײסט זי פֿיפֿעלע די שײנע. אָט בעט איך אײַך, מעסיע כױמעלע קאַבאַק, די אַלװעלטלעכע אָרגאַניזאַציע פֿון די פֿוסבאָל־דרײער רופֿט, ביטע, אָן לכּבֿוד מײַן געליבטער קרובֿה — פֿיפֿעלע.

וכך היה… און אַזױ איז עס טאַקע געשען. די אַלװעלטלעכע אָרגאַניזאַציע פֿון די פֿוסבאָל־דרײער, דהײַנו, „פֿיפֿאַ‟, טראָגט איר נאָמען נאָך דער באַרימטער אָדעסער פֿרײלעכער גנבֿטע פֿיפֿעלע די שײנע, און בײַ דער שיסל זיצט און ס’װעט װײַטער זיצן, מעסיע יאָסעלע דער בלאַטער.

לאַנג לעבן זאָלן די כעלעמער!