ערדאָגאַן האָט פֿאַרשפּילט די וואַלן

Erdogan has Lost the Elections

די גדולה איז גרויס. אָנהענגער פֿון דער קורדישער „פּאַרטיי פֿון שלום און דעמאָקראַטיע‟ פֿײַערן דעם נצחון.
Getty Images
די גדולה איז גרויס. אָנהענגער פֿון דער קורדישער „פּאַרטיי פֿון שלום און דעמאָקראַטיע‟ פֿײַערן דעם נצחון.

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published June 09, 2015, issue of June 26, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אַזאַ קונץ האָט אויך געמאַכט ערדאָגאַן: פֿון אַ פּרעמיער־מיניסטער איז ער געוואָרן דער פּרעזידענט מיטן ציל צו פֿאַרוואַנדלען טערקײַ אין אַ פּרעזידענטישער רעפּובליק, דאָס הייסט, מיט מער מאַכט, קאָנצענטרירט אין זײַנע הענט. אָבער צוליב דעם דאַרף מען דאָך בײַטן די קאָנסטיטוציע. און כּדי עס צו טאָן, דאַרף מען האָבן גענוג שטימען אין דעם מעדזשליס, ווי עס הייסט אין טערקײַ דער פּאַרלאַמענט. האָבן דער פּרעזידענט און זײַנע שטיצער געהאָפֿט, אַז די וואַלן וועלן ברענגען די נייטיקע צאָל ערטער, און דער באַנײַטער פּאַרלאַמענט וועט קענען דורכפֿירן אַ ראַדיקאַלע רעפֿאָרם פֿון דער פּאָליטישער סיסטעם.

אָבער די רעזולטאַטן פֿון די וואַלן, וועלכע זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק, האָבן געוויזן, אַז דער קונץ האָט זיך ניט באַקומען. ס׳איז קלאָר, אַז דער קונצנמאַכער, ערדאָגאַן, האָט איבערגעשאַצט זײַן פּאָפּולערקייט. ערדאָגאַנס „פּאַרטיי פֿון פֿרײַהייט און יושר‟ האָט איבערגעשראָקן דעם מער אייראָפּעיִזירטן טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג. אייניקע, גאָר איבערגעשראָקענע טערקן, האָבן אַפֿילו געשטימט פֿאַר דער פּאַרטיי, וועלכע שטעלט פֿאָר, אין תּוך, אינטערעסן פֿון קורדן.

די רייד גייט וועגן דער „פּאַרטיי פֿון שלום און דעמאָקראַטיע‟ בראָש מיט איר כאַריזמאַטישן פֿירער סאַכאַלאַטין דעמירטאַש. דער פּאַרטיי האָט זיך אײַנגעגעבן איבערצושפּרינגען דעם הויכן 10־פּראָצענטיקן באַריער (למשל, אין ישׂראל איז עס 3.25%) און דורכגיין אין פּאַרלאַמענט, וואָס שאַפֿט אַן אמתע סענסאַציע, ווײַל די קורדן — בערך 20 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג — האָבן קיין מאָל ניט געהאַט קיין פּאַרטיייִשע פֿאָרשטייערשאַפֿט אין פּאַרלאַמענט. די קורדישע פּראָבלעם איז איצט ניט אַזוי שאַרף ווי אַמאָל, ווען עס האָט זיך אין לאַנד געפֿירט אַ ברייטע טעראָריסטישע טעטיקייט. אָבער זי באַפֿאַרבט די פּאָליטיק פֿון טערקײַ, סײַ אין לאַנד און סײַ אין די אינטערנאַציאָנאַלע באַציִונגען. ס’איז דאָך גאָר ניט צופֿעליק, ווי טערקײַ פֿירט זיך אויף לגבי די געשעענישן אין סיריע, וווּ עס וווינען אויך אַ סך קורדן.

וואָס וועט זײַן ווײַטער? טערקײַ איז זייער וויכטיק פֿאַר דער וועלט — אי דער מערבֿדיקער, אי דער מוסולמענישער. צו די געשעענישן דאָרטן קוקט מען זיך צו אין מאָסקווע, ירושלים און צענדליקער אַנדערע הויפּטשטעט. אַ סבֿרא, אַז דער נײַער פּאַרלאַמענט וועט ניט מאַכן בעסער דעם שווערן קלימאַט פֿון טערקיש־ישׂראלדיקע באַציִונגען. אַזוי צי אַזוי, דאַרף מען, קודם־כּל, האָפֿן, אַז אַלץ וועט ניט אַראָפּגיין פֿון דעמאָקראַטישע רעלסן. טאָמער אַזוי, וועט מען פּרוּוון אויפֿצובויען אַ קאָאַליציע; און אויב די אונטערהאַנדלונגען וועלן פֿירן צו אַ טעמפּן ווינקל, וועט מען אפֿשר האָבן נײַע וואַלן.