ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published June 08, 2015, issue of June 26, 2015.

פּען־חבֿרים פֿון אָטאָ פֿראַנק

דער סידנעיער ייִדישער מוזעום און דאָס אַנאַ פֿראַנק־הױז אין אַמסטערדאַם האָבן גערופֿן אַלע, װעלכע האָבן אַ מאָל איבערגעשריבן זיך מיט אָטאָ פֿראַנק, דעם פֿאָטער פֿון אַנאַ פֿראַנק, זײ איבערצושיקן די האַנט־געשריבענע אָדער אױסגעקלאַפּטע בריװ. אָטאָ איז געװען דער אײנציקער פֿון זײַן משפּחה, װאָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן, און האָט פֿאַרנומען זיך מיט זײַן טאָכטערס ירושה נאָך דעם, װי אַנאַס טאָגבוך איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן. כאָטש דאָס אַנאַ פֿראַנק־הױז האַלט אין אַרכיװ די בריװ, װעלכע זײַנען געשיקט געװאָרן צו אָטאָ פֿראַנק נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה, האָבן זײ אָבער נישט קײן קאָפּיעס פֿון די בריװ, װעלכע ער האָט געשריבן צו אַנדערע. בײדע מוזעומס זײַנען גרײט צו באַקומען קאָפּיעס פֿון בריװ אױב די, װעלכע האָבן די אָריגינאַלן, װילן זײ נישט איבערגעבן.

דעבאַטע איבער חתונות צװישן פּערזאָנען פֿונעם זעלבן געשלעכט

די װאָך האָט דער אָנפֿירער פֿון דער מינדערהײט לײבאָר־פּאַרטײ פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם פֿעדעראַלן פּאַרלאַמענט זײַן פּאַרטײס געזעץ־פּלאַן צו דערלױבן, אַז פּערזאָנען פֿונעם זעלבן געשלעכט (צװײ פֿרױען אָדער צװײ מענער) זאָלן מעגן חתונה האָבן אױף אַ לעגאַלן אופֿן אין אױסטראַליע. אַלע דרײַ ייִדישע מיטגלידער פֿונעם פּאַרלאַמענט האָבן שױן געמאָלדן, אַז זײ שטיצן אונטער די מעגלעכקײט, אַז פּערזאָנען פֿונעם זעלבן געשלעכט זאָלן מעגן חתונה האָבן, כאָטש צװײ געהערן צו דער לײבאָר־פּאַרטײ און אײנער געהערט צו דער ליבעראַלער פּאַרטײ.

גלײַכצײַטיק מיט דער דעבאַטע צװישן פּאָליטיקער גײט אָן אַ דעבאַטע אױף דער זעלבער טעמע צװישן די אױסטראַלישע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. דער אָרטאָדאָקסישער „ועד־הרבנים‟ פֿון װיקטאָריע און זײַן ברודער־אָרגאַניזאַציע אין ניו־סאַוט װײלס האָבן געעצהט, אַז די רעגירונג זאָל נישט ענדערן די ביבלישע דעפֿינאַציע פֿון חתונה האָבן. זײ האָבן פֿאַרזיכערט, אַז זײ אַלײן װעלן האַלטן זיך בײַ דער ביבלישער דעפֿיניציע און נישט אָנפֿירן מיט חתונות, װוּ בײדע אָנטײלנעמער זײַנען פֿון אײן געשלעכט.

דער פֿאַרבאַנד פֿאַר פּראָגרעסיװן יודאַיִזם, װעמענס ראַבײַס מעגן שױן אָנפֿירן מיט ציװילע פֿאַראײניקונג־צערעמאָניעס, האָט געעצהט, אַז מלוכה־לײַט זאָלן ענדערן דאָס געזעץ אַזױ גיך װי מעגלעך. זײַנע מיטגלידער װעלן אָנפֿירן מיט אַזעלכע חתונות אַזױ גיך, װי זײ װעלן זײַן לעגיטימיזירט.

די דעבאַטע גײט אױך אָן צװישן די נישט רעליגיעזע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. דערװײַל האָבן צװײ אָרגאַניזאַציעס, דער ייִדישער אַרבעטער־„בונד‟ און „סטענד אָפּ: דזשוּיש קאָמיטמענט טו ע בעטער װױלד‟ (שטײט אױף: ייִדישע איבערגעגעבנקײט צו אַ בעסערער װעלט), פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַנאָנס אין דער װאָכנשריפֿט „די אױסטראַלישע ייִדישע נײַעס‟, װוּ זײ מעלדן אָפֿיציעל זײער אונטערשטיצונג פֿון לעגאַלער אָנערקענונג פֿון גלײַכע רעכט פֿאַר אַלע. זײ דריקן אױך אױס די מײנונג, אַז אַ לעגאַלע ענדערונג צו דער דעפֿיניציע פֿון חתונה האָבן װאָלט דערלױבט אַלע מיטגלידער פֿון דער געזעלשאַפֿט צו פֿילן, אַז זײ װערן אָנערקענט און אַז מע דיסקרימינירט נישט קעגן זײ.

פֿאַרװאָס פּאַלעסטינער דאַרפֿן לערנען זיך װעגן דעם דריטן חורבן

פּראָפֿעסאָר מאַכמוד דעזשאַני
פּראָפֿעסאָר מאַכמוד דעזשאַני

דער פּראָפֿעסאָר און שלום־אַקטיװיסט מאַכמוד דעזשאַני איז געקומען צו גאַסט קײן אױסטראַליע װי דער גאַסט פֿון „לימוד אָז, 2015‟. ער האָט געהאַלטן זײַן אײנציקן מעלבורנער רעפֿעראַט אױף דער טעמע „פֿאַרװאָס פּאַלעסטינער דאַרפֿן לערנען זיך װעגן דעם חורבן־אײראָפּע‟ אין אױסטראַלישן צענטער פֿאַר ייִדישער ציװיליזאַציע בײַם מאָנאַש־אוניװערסיטעט. פּראָפֿעסאָר דאַזשאַני, װאָס איז געבױרן געװאָרן אין ירושלים, האָט געמוזט רעזיגנירן פֿון אַלע זײַנע אַמטן בײַ „אַל קודס־אוניװערסיטעט‟, צוליב דעם גרױסן סיכסוך, װאָס איז פֿאָרגעקומען נאָך דעם װי ער האָט געבראַכט 27 פּאַלעסטינישע סטודענטן אױף אַ באַזוך קײן אױשװיץ אין מאַרץ, 2014. דער רעמאָנט פֿון אַ טהרה־שטיבל

דאָס אַלטע טהרה־שטיבל אױפֿן באָטאַנישן בית־עולם אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט ספּרינגװײל איז אָריגינעל אױפֿגעבױט געװאָרן אין 1939. עס איז איצט רעמאָנטירט געװאָרן און עס װעט בקרובֿ פֿײַערן זײַן חנחות־הבית.

נײַע װױן־ערטער פֿאַר דערװאַקסענע ייִדן מיט מניעות

דער ייִדישער הילפֿס־פֿאָנד פֿון װיקטאָריע האָט געמאָלדן װעגן דער דערעפֿענונג פֿון ספּעציעל־געבױטע װױן־ערטער, װעלכע ער האָט אױפֿגעבױט פֿאַר דערװאַקסענע ייִדן מיט פֿיזישע מניעות אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט קאָלפֿילד.

ספּעציעלער פֿאָרום פֿאַר עלטערן

דער ייִדישער הילפֿס-פֿאָנד פֿון װיקטאָריע האָט אײַנגעאָרדנט אַ סעריע פֿאָרומס און װאַרשטאַטן פֿאַר עלטערן װעגן דער דערציִונג פֿון קינדער. דער אָנפֿירער פֿון די סעסיעס איז ד”ר דזשאָ טוטשי. ער איז דער פֿאַרװאַלטער פֿון דער אױסטראַלישער קינדהײט-פֿונדאַציע, אַ פּסיכאָלאָג און אַ געזעלשאַפֿטלעכער אַרבעטער.

דער צוגאַנג פֿון דער „גרין־פּאַרטײ‟ צו מדינת־ישׂראל

דער נײַ־דערװײלטער אָנפֿירער פֿון דער „גרין־פּאַרטײ‟ אין אױסטראַליע, דער פֿעדעראַלער סענאַטאָר ריטשאַרד די נאַטאַלי, האָט געמאָלדן אין אַן אינטערװיו, אַז ער האַלט, אַז די פּאַלעסטינער דאַרפֿן אָנערקענען אַ צװײ־שטאַטישע לײזונג אין מיטלען מיזרח. ער האָט שפּעטער געמאָלדן, אַז ער האַלט נישט, אַז מדינת־ישׂראל דאַרף זײַן אַ ייִדישע מדינה. די נאַטאַליס ביוראָ האָט דערנאָך געזאָגט, אַז עס איז פֿאָרגעקומען אַ מיספֿאַרשטענדעניש װעגן זײַנע װערטער. די נאַטאַלי האָט געשריבן אַ בריװ צום עקזעקוטיװ־ראַט פֿון אױסטראַלישן ייִדנטום, אין װעלכן ער שרײַבט, אַז ער שטיצט אונטער אַ צװײ־שטאַטישע לײזונג אין מיטלען מיזרח, און אַז ער פֿאַרטײדיקט די לעגיטימאַטיװע רעכט סײַ פֿונעם ישׂראלדיקן פֿאָלק, סײַ פֿונעם פּאַלעסטינישן פֿאָלק. דערצו שרײַבט ער אינעם בריװ, אַז ער האָט קײן מאָל נישט פֿאַרטײדיקט דאָס שאַפֿן אַ ייִדישע מדינה. פֿאָרשטײער פֿון ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס אין אױסטראַליע האָבן געטאַדלט די נאַטאַליס צוגאַנג צום ענין ייִדישע מלוכה אין אַ רײ אינטערװיוען, װוּ זײ האָבן דערמאַנט, אַז די פֿאַראײניקטע פֿעלקער האָבן גוטגעהײסן שאַפֿן אַ ייִדישע מדינה אין מיטעלן מיזרח אין 1948.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.