דערווײַל שלאָגט מען די ייִדן

For Now They’re Attacking the Jews

די „שייך אָמאַר כאַדיד‟־בריגאַדע, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט „אײַסיס‟
די „שייך אָמאַר כאַדיד‟־בריגאַדע, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט „אײַסיס‟

פֿון עמיל קאַלין

Published June 11, 2015, issue of June 26, 2015.

אין אַ מזלדיקער שעה איז די „איסלאַמישע מדינה‟ אָנגעקומען אין עזה-פּאַס, און דאָס איז נישט קיין חידוש, אויב מע נעמט אין באַטראַכט, אַז יעדער פֿערטער פּאַלעסטינער שטיצט די דרכים פֿון ISIS. אַוודאי, האָט די גרופּע (אָדער גרופּעס), וואָס האָט זיך אַ נאָמען געגעבן „די איסלאַמישע מדינה‟ אַ קנאַפּן שײַכות מיט דער באַרימטער „מדינה‟ פֿון אַבו באַקער על באַגדאַדי, וואָס האָט שוין אײַנגעשלונגען אַ דריטל איראַק און אַ דריטל סיריע; פֿון דעסטוועגן, אידענטיפֿיצירט זי זיך מיט איר און פֿאַראייגנט אירע שיטות און דעם וועלט-באַנעם. עס איז גאַנץ מעגלעך, אַז ISIS העלפֿט אַרויס דער אָרטיקער „איסלאַמישע מדינה‟ אויף דעם האַלב-אינדזל סיני, דעם אַמאָליקן אומאָפּהענגיקן סאַלאַפֿיסטישן „אַנסאַר בית-על-מאַקדאַס‟.

אָבער עס איז נישטאָ קיין מניעה זיך צו רופֿן „איסלאַמישע מדינה‟, וויבאַלד יעדע באַרבאַרישע, סאַלאַפֿיסטישע בעסטיע קען זיך אָנשליסן אין די רייען פֿון ISIS, וואָס מע קען עס דעפֿינירן נאָך דעם אַמאָליקן רוף: „איסלאַמיסטישע פֿאַנאַטיקער איבער דער גאַנצער וועלט — פֿאַראייניקט זיך!‟ — און עס קוקט אויס, אַז עזה-פּאַס לײַדט נישט פֿון קיין מאַנגל אין פֿאַנאַטיקער־איסלאַמיסטן.

עס איז אויך נישט קיין חידוש, אַז די רײַבונגען צווישן דער אויפֿגעקומענער באַוועגונג מיטן רעזשים פֿון „כאַמאַס‟ האָבן זיך גיך צעפֿלאַקערט: „כאַמאַס‟, האָבנדיק מורא פֿאַרן טראָן, דרוקט זי אונטער, פּײַניקט און פּלאָגט אירע מיטגלידער. זיך קעגנצושטעלן דעם „כאַמאַס‟ אָפֿן, קענען די פֿאַנאַטיקער פֿון דער אָרטיקער „איסלאַמישע מדינה‟ דערווײַל נישט; זיי זענען נאָך צו שוואַך. זענען זיי געפֿאַלן אויף אַ המצאה, וואָס איז אין דער אמתן זייער אַלט — מע שלאָגט די ייִדן.

דער „כאַמאַס‟ פּלאָגט זיי, און זיי שיסן אויס ראַקעטן אויף ישׂראל.

נאָך די אַטאַקן האָבן זיי פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער אינטערנעץ אַ וואָרענונג, אַן אולטימאַטום, הייסט עס, דעם „כאַמאַס‟, וווּ זיי שרײַבן דאָס פֿאָלגנדיקע:

„עס איז אוממעגלעך צו באַהאַלטן די רשעותדיקע אַקציעס פֿון ׳כאַמאַס׳, די פּראָפּאַגאַנדע, וואָס ווערט געפֿירט קעגן די סאַלאַפֿיסטישע קעמפֿער. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס מיר האָבן נישט דורכגעפֿירט קיין שום מיליטערישע אַקציע אין עזה-פּאַס גופֿא, און נישט געשטערט דעם שענדלעכן פֿײַער-איבעררײַס צווישן ׳כאַמאַס׳ און די ייִדן, אַרעסטירט ׳כאַמאַס׳ אונדזערע קעמפֿער און פּײַניקט זיי‟.

צומאָל באַשולדיקט די „מדינה‟־גרופּע די כאַמאַסניקעס אינעם פֿאַרקויפֿן די נשמה צו ישׂראל, און צומאָל — דער רעגירונג אין ראַמאַלאַ. „׳כאַמאַס׳, טענהן זיי, האָט איבערגעגעבן די ייִדן אינפֿאָרמאַציע, וווּ עס באַהאַלטן זיך אויס אונדזערע לײַט. ׳כאַמאַס׳ איז דער, וואָס האָט באַשלאָסן צו קעמפֿן אויפֿן פֿראָנט קעגן די סאַלאַפֿיסטישע דזשיהאַדיסטן, און דערמיט זיך אונטערגעגעבן, און דינט פֿרעמדע אינטערעסן, וואָס שטייען אין קעגנזאַץ צו די אינטערעסן פֿון עזה.‟

און ווײַטער קומט דער אויספֿיר: „פֿון איצט אָן וועלן מיר שיסן אויף די ייִדן!‟ — און שטעלן אַרויס זייערע פֿאָדערונגען:

  1. צו באַפֿרײַען אַלע ברידער, וואָס זענען אַרעסטירט אָדער פֿאַרכאַפּט געוואָרן דורך „כאַמאַס‟.

  2. אָפּשטעלן די העצע קעגן אונדז און אַרײַנשלעפּן אונדז אין אַ ברידער-קריג.

  3. אומקערן אונדזער געווער און אַרויסגעבן אַ דערלויבעניש אים צו טראָגן אויף די גאַסן.

מיר געבן דעם „כאַמאַס‟ 48 שעה אויסצופֿירן אונדזערע פֿאָדערונגען, וואָס זענען בבחינת רעכט. „כאַמאַס‟ דאַרף וויסן, אַז גאָרנישט וועט אונדז נישט אָפּשטעלן.

די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ און מדינת-ישׂראל עקזיסטירן נישט אין זייער וואָרענונג. עס זענען פֿאַראַן נאָר „ייִדן‟ און די „רעגירונג אין ראַמאַלאַ‟. וועמענס רעגירונג? נישט זייערע!

דער חשבון פֿון די סאַלאַפֿיסטישע לײַט איז אַ פּשוטער — דורכן שיסן אויף ישׂראל, טרעפֿן זיי אין צוויי האָזן מיט איין מאָל: סײַ זיי שלאָגן די ייִדן, וואָס איז שטענדיק גוט — אַ גרויסע מעלה אין דער באַרבאַרישער פּאַלעסטינישער פּאָליטיק; און סײַ מען שלעפּט דעם „כאַמאַס‟ אַרײַן אין אַ נײַעם קריג, אין וועלכן „כאַמאַס‟ איז איצט נישט פֿאַראינטערעסירט. מע שטעלט אים אַרויס ווי אַ שוואַכן עלעמענט, וואָס איז נישט מסוגל צו הערשן איבער זײַן שטח און מע מאַכט פֿון אים אַ פֿאַררעטער, אַ מאַכט-גיריקן טיראַן, וואָס איז פֿיייִק אַפֿילו צו מאַכן יד-אַחת מיט די ייִדן קעגן די פּרעדיקער פֿון דעם „ריינסטן איסלאַם‟, די באַשיצער פֿון די סוניטן.

ווי עס זאָל נישט זײַן, איז „כאַמאַס‟ פֿאַרדעכטיקט און פֿאַרהאַסט צוליב זײַנע נאָענטע באַציִונגען מיט איראַן.

אינטערעסאַנט, אַז די אָרטיקע איסלאַמיסטן ניצן אויס די שיטות פֿון „כאַמאַס‟ קעגן אים אַליין: אונטערערדישע טונעלן צווישן דעם האַלב-אינדזל סיני און דעם פּאַלעסטינישן שטח, כּדי אַרײַנצושמוגלען געווער. אויך דאָס מאָל זענען די ראַקעטן געצילט געוואָרן אויף ישׂראל, נאָר זיי טרעפֿן איבערהויפּט אין „כאַמאַס‟.

די ראַקעטן, וואָס זענען געווען בײַ „כאַמאַס‟ האָבן אַ מעלה — מע קען זיי גאָר לײַכט אַרויסשיסן פֿון עפּעס אַ דאַך, אָבער פֿאַר די סאַלאַפֿיסטישע מיליטאַנטן איז עס דווקא אַ חסרון — גיי, יאָג זיך איבער די דעכער נאָך צוויי-דרײַ חבֿרה-לײַט, וואָס שיסן קיין אַשדוד און לייגן „כאַמאַס‟ אין פֿאַרלעגנהייט.

אויך ישׂראל גיט זיך נישט קיין עצה מיט זיי; צה״ל איז נישט גרייט צו פֿאַרקאַטשען די אַרבל און טאָן די שוואַרצע אַרבעט פֿאַר „כאַמאַס‟. פֿון דער צווייטער זײַט, וועלן די באָמבאַרדירונגען אין עזה נאָך מער אָפּשוואַכן דעם „כאַמאַס‟ און דערמעגלעכן די סאַלאַפֿיסטן צו ווערן שטאַרקער.

סוף־כּל־סוף, דאָס פֿאַלן פֿון ראַקעטן וועט באַצווינגען ישׂראל צו רעאַגירן. די איצטיקע לאַגע וועט נישט דויערן לאַנג. די באַרבאַרישקייט פֿון „כאַמאַס‟ און ISIS וועט ווײַטער חרובֿ מאַכן עזה-פּאַס, און קיין שום קאַטאַרישע געלטער וועלן נישט העלפֿן. כאַאָס, בלוט-פֿאַרגיסונג, אונטערגאַנג — דאָס איז דער גורל פֿון כּמעט יעדן אַראַבישן שטח הײַנט צו טאָג, און דאָס וועט זײַן אויך עזהס גורל, פֿריִער אָדער שפּעטער.