ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published June 15, 2015, issue of July 10, 2015.

קנאַפּע 20 ייִדן באַערט פֿון דער אױסטראַלישער רעגירונג

צװײ מאָל אַ יאָר באַערט די אױסטראַלישע רעגירונג אירע בירגער, װעלכע האָבן באַדינט די געזעלשאַפֿט אױף אַן אױסערגעװײנטלעכן אופֿן. דאָס געשעט דעם ערשטן טאָג יאַנואַר און אין יוני, אינעם טאָג פֿון דער בריטישער קיניגינס אָפֿיציעלן געבורטסטאָג. די ליסטע פֿון די באַערטע, װאָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אין יוני 2015 אַנטהאַלט די נעמען פֿון קנאַפּע 20 אױסטראַליש־ייִדישע דאָקטױרים, אַדװאָקאַטן, ספּאָרטלער, געשעפֿטסלײַט, פֿילאַנטראָפּן און אַקטיװיסטן, װי אױך מיטגלידער פֿון דער שארית־הפּליטה, װעלכע גיבן זיך אָפּ מיטן דערצײלן סטודענטן און תּלמידים װעגן זײערע איבערלעבונגען.

רבנישע דיסקוסיעס אין מעלבורן

אַן ערך 50 רבנים פֿון אױסטראַליע און נײַ־זעלאַנד זײַנען זיך צונױפֿגעקומען אין מעלבורן אױף דיסקוסיעס װעגן דער צוקונפֿט. זײ האָבן באַשלאָסן צו באַנײַען דעם ועד־הרבנים פֿון אױסטראַליע און נײַ־זעלאַנד אין ליכט פֿון די שװעריקײטן, װעלכע שטײען פֿאַר די אָרטאָדאָקסישע ייִדן אין אָסטראַלאַזיע — אױף אַן אופֿן, װאָס װעט געבן אָנגײענדיקע פּראָפֿעסיאָנעלע אַנטװיקלונג און דערציִונג פֿאַר רבנים; װעט אַנטװיקלען קריטעריעס פֿאַר אָננעמען מיטגלידערשאַפֿט־אַפּליקאַציעס, און צו שאַפֿן אַ קאָדעקס פֿאַר דער אױפֿפֿירונג פֿון רבנים.

דער באַנײַטער ועד־הרבנים דאַרף אױך פֿאָרשטעלן רבנים און די אָרטאָדאָקסישע סבֿיבֿה צו דער ברײטערער באַפֿעלקערונג פֿון די צװײ לענדער. די רבנים האָבן דערװײלט אַ קאָמיטעט, װעמענס ציל איז צוצוגרײטן פּלענער פֿאַר דער נײַער אָרגאַניזאַציע, װאָס װעט הײסן „דער רבנישער ראַט פֿון אױסטראַליע און נײַ־זעלאַנד‟. די מיטגלידער פֿונעם קאָמיטעט זײַנען אַלע רבנים, װעלכע האָבן נישט געשפּילט קײן ראָלע אין די סקאַנדאַלן אַרום פֿאַלן פֿון סעקסועלע מיסברױכן קעגן קינדער. די רבנים װעלן זיך טרעפֿן װײַטער אין נאָװעמבער. דערװײַל דאַרף מען זיך װענדן מיט שאלות צו די רבנישע ראַטן אין די באַזונדערע שטאַטן.

אַן אָװנט פֿון מיזרח־אײראָפּעיִשע ייִדישע טענץ

די מעלבורנער קאַפּעליע „קלעזמערײַטוס“, מיטן פֿידלער ערני גרונער בראש, װעט פֿאָרשטעלן אַן אָװנט פֿון מיזרח־אײראָפּעיִשע ייִדישע טענץ אין אײנעם מיטן טאַנץ־ספּעציאַליסט, אָדרי פֿײַן.

צוגרײטונגען צו דער „מכּביה 2017‟ אין אױסטראַליע

די ספּאָרט־אָרגאַניזאַציע „מכּבי־אױסטראַליע‟ האָט אָנגעהױבן אירע צוגרײטונגען אױף דער 20סטער „מכּביה‟ מיט אַ באַנײַטער אָרגאַניזאַציאָנעלער אָנפֿירערשאַפֿט. די נײַע אָנפֿירער האָבן ביז אַהער געאַרבעט פֿאַר „מכּבי אױסטראַליע‟ דאָ אין לאַנד, אױף מכּבי ספּאָרט־קאַרניװאַלן און אױף מכּביה ספּאָרט־פֿאַרמעסטן אין ישׂראל.

ייִדישע מיטלשול־תּלמידים װערן באַערט פֿון דער שטאַט װיקטאָריע

יעדעס יאָר אין דער צײַט באַערט די שטאַטישע רעגירונג פֿון װיקטאָריע די פֿעיִקסטע תּלמידים און תּלמידות, װעלכע לערנען זיך אינעם לעצטן יאָר מיטלשול. צװישן די װעלכע זײַנען באַערט געװאָרן הײַיאָר, זײַנען געװען 15 תּלמידים און תּלמידות, װעלכע לערנען זיך אין די מעלבורנער ייִדישע טאָגשול. 6 תּלמידים און תּלמידות פֿונעם הר־הצופֿים קאָלעדזש, 3 תּלמידים און תּלמידות פֿונעם ביאַליק־קאָלעדזש, 2 תּלמידים און תּלמידות פֿון דער דוד המלך־שול, 2 תּלמידות פֿון דער בית־רבֿקה מײדל־שול, 1 תּלמיד פֿונעם ליבלער־יבֿנה קאָלעדזש און אײן תּלמיד פֿונעם יסודי־התּורה קאָלעדזש זײַנען באַערט געװאָרן פֿאַר דערגרײכן הױכע רעזולטאַטן אין די לימודים — געזונט און מענטשלעכער אַנטװיקלונג, װײַטערדיקער מאַטעמאַטיק, טעאַטער־שטודיעס, בוכהאַלטערײַ, רעליגיע און די געזעלשאַפֿט, העברעיִש, עקאָנאָמיק, טעקסטן און טראַדיציעס, ענגליש און אַנטװיקלען קאָמפּיוטער-פּראָגראַמװאַרג. אײן תּלמידה פֿון ביאַליק קאָלעדזש איז באַערט געװאָרן פֿאַר אירע הױכע דערגרײכונגען אין אַלגעמײן.

אין אָנדענק פֿון דזשעני גאָלדבערג

די בני־ברית אָרגאָניזאַציע רופֿט יונגע דערװאַקסענע ייִדן צו פֿאַרשרײַבן זיך אױף איר צװײטן יערלעכן פֿאַרמעסט אין אָנדענק פֿון דזשעני גאָלדבערג, װאָס איז געװען אַן אַקטיװע מיטגלידערין סײַ פֿונעם בני־ברית, סײַ פֿון דער מעלבורנער ייִדישער קהילה. די צװײ געװינערס מוזן זײַן אַרײַנגעטאָן אין עקסיסטירנדיקע איניציאַטיװן אין דער קהילה, און האָבן אַ װיזיע פֿאַר נײַע װױלטעטיקע אָדער געזעלשאַפֿטלעכע פּראָגראַמען, װעלכע װעלן דינען דער ייִדישער קהילה. בײדע געװינערס װעלן באַקומען צװײ טױזנט אױסטראַלישע דאָלאַרן, כּדי מקוים צו זײַן זײערע װיזיעס.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.