אוקראַיִנע קריגט קלאָרן סיגנאַל פֿון וואַשינגטאָן

Ukraine Gets Clear Signal From Washington

אַ גרופּע רעקרוטן אינעם אוקראַיִנישן „אַזאָוו־באַטאַליאָן‟ נעמען אָנטייל אין מיליטערישע געניטונגען, דעם 13טן יוני, אויף זייער באַזע אין קיִעוו
Getty Images
אַ גרופּע רעקרוטן אינעם אוקראַיִנישן „אַזאָוו־באַטאַליאָן‟ נעמען אָנטייל אין מיליטערישע געניטונגען, דעם 13טן יוני, אויף זייער באַזע אין קיִעוו

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published June 16, 2015, issue of July 10, 2015.

אין דער „היברידער מלחמה‟ (אַזאַ נאָמען האָט מען פֿאַר איר צוגעטראַכט), וואָס רוסלאַנד פֿירט זינט פֿאַראַיאָרן האַלב־בגנבֿה און האַלב־אָפֿן קעגן אוקראַיִנע, זײַנען דאָ סיבות צו זײַן קריטיש ניט בלויז פֿון דעם אַגרעסאָר, נאָר אויך פֿון דעם צווייטן צד — אוקראַיִנע.

קודם־כּל, איז די געדיכטע קאַשע פֿונעם פּאָליטישן קריזיס פֿאַרקאָכט געוואָרן, פֿון דעסטוועגן, אין אוקראַיִנע גופֿא, וווּ עס האָט זיך במשך פֿונעם לעצטן פֿערטל יאָרהונדערט אויסגעבויט אַ דורכויס קאָרומפּירטע, מיאוסע פּאָליטישע און עקאָנאָמישע סיסטעם. בשעת־מעשׂה זײַנען צעטרענצלט געוואָרן די האָפֿענונגען פֿונעם פֿאָלק, דער אינדוסטריע און דער לאַנדווירטשאַפֿט.

מיט אַ פּאָר הונדערט יאָר צוריק האָט אַ פֿראַנצויזישער פֿילאָסאָף אַרויסגעזאָגט דעם געדאַנק, אַז „יעדעס פֿאָלק פֿאַרדינט צו האָבן די רעגירונג, וואָס עס האָט‟. דאָס הייסט ניט, אַז אין די אוקראַיִנישע צרות איז שולדיק ממש יעדער אוקראַיִנער. אָבער זיי, די אוקראַיִנער, האָבן דערוויילט די פֿירער, וואָס האָבן געבראַכט די מדינה צו אַזאַ טרויעריקן מצבֿ, אין וועלכן זי געפֿינט זיך איצט.

דעמאָקראַטיע איז דאָך, אין לעצטן סך־הכּל, אַן אינדיווידועלע פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט פֿאַר דעם, וואָס עס קומט פֿאָר אין דײַן לאַנד. אַ בוידעם איז אַרויס פֿון דער גאַנצער „אָראַנזש־רעוואָלוציע‟, מיט וועלכער עס זײַנען געווען פֿאַרבונדן אַזוי פֿיל האָפֿענונגען; אָבער די לייצעס זײַנען נאָך דעם גאַנצן „אָראַנזש‟־טאַראַראַם סײַ־ווי פֿאַרבליבן אין די הענט פֿון גנבֿים אָדער אויסניצער.

די צווייטע זאַך, וואָס רופֿט אַרויס שווערע מחשבֿות מכּוח די געשעענישן אין אוקראַיִנע, איז דער פּרצוף פֿון אייניקע אַקטיוויסטן, בתוכם אַזעלכע, וואָס מע לויבט זיי ווי העלדן אין דער איצטיקער מלחמה. מע באַפּוצט זיי מיט כּלערליי באַלוינונגען און מע באַשטימט זיי אויף אָנגעזעענע שטעלעס. מע איגנאָרירט דעם פֿאַקט, אַז אידעאָלאָגיש זײַנען די דאָזיקע מענטשן פֿאַרזעענישן און פֿאַרמיסטיקן דעם אימאַזש פֿון זייער לאַנד.

איך האָב אפֿשר אַ ספּעציפֿישן קוק אויף אָט דער פֿראַגע, ווײַל מיר איז לעצטנס אויסגעקומען צו פֿאָרשן די געשיכטע פֿון פּאָגראָמען, וואָס זײַנען אָרגאַניזירט געוואָרן אין בערדיטשעוו און זשיטאָמיר, אין יאַנואַר 1919, דורך אַ מיליטערישער מחנה, געשיקט פֿון דער דעמאָלטדיקער אוקראַיִנישער רעגירונג. היסטאָריש און אַפֿילו פּשוט מענטשלעך איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט ריכטיק דורכצופֿירן דירעקטע פּאַראַלעלן צווישן יענע און איצטיקע לײַט. און דאָך קריכט אַרויס עפּעס אַ פֿאַרגלײַך צווישן זיי, און דער פֿאַרגלײַך מאַכט נאָך שטאַרקער מײַן אומרו.

וולאַדימיר לענין האָט בשעתּו געטענהט, אַז „קיין רעוואָלוציע מאַכט מען ניט אין ווײַסע הענטשקעס‟. אָבער מיר ווייסן זייער גוט, וואָס עס קומט אַרויס פֿון רעוואָלוציעס, וועלכע מע האָט געמאַכט אין ברודיקע, פֿאַרבלוטיקטע הענטשקעס. דער אײַנפֿאַל, אַז דער ציל קען באַרעכטיקן די מיטלען, דורך וועלכע מע דערגרייכט אים, האָט שוין אין פֿאַרשיידענע צײַטן און ערטער אָפּגעקאָסט מיליאָנען מענטשלעכע לעבנס.

בולטע סימנים פֿון נעאָ־נאַציסטישע סימפּאַטיעס צווישן אייניקע אוקראַיִנישע אַקטיוויסטן וואַרפֿן זיך ממש אין די אויגן. ניט צופֿעליק האָט דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס מיט עטלעכע טעג צוריק אָנגענומען דעם באַשלוס ניט האָבן צו טאָן מיט דעם אוקראַיִנישן באַטאַליאָן „אַזאָוו‟, ניט געקוקט אויף דעם וואָס די דאָזיקע מחנה, צונויפֿגעשטעלט פֿון פֿרײַוויליקע מענער, האָט בלי־ספֿק געשפּילט אַ העלדישע ראָלע אין אַ צאָל מיליטערישע אָפּעראַציעס.

אָבער גלײַכצײַטיק פּריידיקט דער דאָזיקער באַטאַליאָן אַ געפֿערלעך נאַציאָנאַליסטישע אידעאָלאָגיע, וועלכע איז, אין תּוך אַרײַן, אַ נעאָ־פֿאַשיסטישע. אַ צאָל זעלנער פֿון „אַזאָוו‟ שעמען זיך ניט צו ווײַזן, אַז זיי זײַנען טאַטויִרט מיט נאַציסטישע צי כּמו־נאַציסטישע סימבאָלן; און אַזעלכע צייכנס באַפּוצן אויך די סימבאָליק פֿונעם גאַנצן באַטאַליאָן. אמת, לעצטנס האָבן זיי זיך אַ ביסל אײַנגעהאַלטן אין זייערע אַרויסזאָגונגען, אָבער דאָס איז געשען נאָר לעצטנס.

די אַמעריקאַנער קאָנגרעסלײַט האָבן זיך שווער אָפּגעבריט אויף דער דערפֿאַרונג, וואָס אַמעריקע האָט פֿון שטיצן אַנדערע ראַדיקאַלע גרופּעס. דורך אַזאַ שטיצע זײַנען, למשל, בעת דער „קאַלטער מלחמה‟ צוגעגרייט געוואָרן אַ היפּש ביסל לײַט, קודם־כּל, מוסולמענישע פֿונדאַמענטאַליסטן, וועלכע האָבן שפּעטער גענומען פֿירן אַ מלחמה קעגן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דער מערבֿדיקער וועלט. אַזוי אַז ס’איז קלוג זיך אײַנצוהאַלטן פֿון האָבן אַ וועלכע עס זאָל ניט זײַן קאָנטאַקטן מיט אַזעלכע פּאַרשוינען, ווי דער קאָמאַנדיר פֿונעם באַטאַליאָן „אַזאָוו‟ אַנדריי בילעצקי, וואָס איז גוט באַקאַנט ווי דער אידעאָלאָג פֿון דעם אוקראַיִנישן „סאָציאַל־נאַציאָנאַליזם‟.

עס פֿאַרדריסט, פֿאַרשטייט זיך, אַז דער באַשלוס פֿונעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס האָט געמאַכט צופֿרידן דעם רוסישן צד, וואָס וויל ניט רעדן וועגן די אייגענע נעאָ־פֿאַשיסטן. וועגן דעם שווײַגט פּוטינס פּראָפּאַגאַנדיסטישע מאַשין, וואָס פּרוּווט אויף וויפֿל עס לאָזט זיך נאָר אויסנוצן די „מתּנה‟, אונטערגעוואָרפֿן מצד דעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס. מילא, זאָלן זיי זיך פֿרייען. דער עיקר, אַז דער באַשלוס פֿונעם קאָנגרעס האָט געשיקט אַ קלאָרן סיגנאַל די קיִעווער פֿירער, אַז זיי האָבן ניט קיין אידעאָלאָגישן קאַרט־בלאַנש און מוזן וואָס גיכער זיך אָפּטרייסלען פֿון אַזעלכע עלעמענטן אין זייער אַרמיי און פּאָליטיק.