מיט וואָס האָט זיך אייב פֿאַקסמאַן אויסגעצייכנט?

What Sets Abe Foxman Apart?

אייבראַהאַם פֿאַקסמאַן ווערט באַערט דורך דער „איי־די־על‟ בעת איר יערלעכער זיצונג, דעם 7טן נאָוועמבער 2014, אין בעווערלי הילס, קאַליפֿאָרניע
Kevork Djansezian/Getty Images
אייבראַהאַם פֿאַקסמאַן ווערט באַערט דורך דער „איי־די־על‟ בעת איר יערלעכער זיצונג, דעם 7טן נאָוועמבער 2014, אין בעווערלי הילס, קאַליפֿאָרניע

פֿון אוריאל הײַלמאַן (ייִט״אַ)

Published June 18, 2015, issue of July 10, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אין אַ צווייטן פֿאַל, נאָך דעם ווי אַ באַקאַנטער קריסטלעכער עוואַנגעליסט, רעווערענט ביילי סמיט, האָט אין 1980 דערקלערט, אַז גאָט הערט נישט די תּפֿילות פֿון ייִדן, האָט די „איי־די־על‟ אים עפֿנטלעך גוט אַרײַנגעזאָגט. אָבער דערנאָך האָט פֿאַקסמאַן אָרגאַניזירט פֿאַר סמיט אַ נסיעה קיין ישׂראל. בײַם סוף פֿונעם טור, האָט סמיט אים שוין גערופֿן ראַבײַ פֿאַקסמאַן, האָבן עטלעכע „איי־די־על‟־באַאַמטע דערציילט.

„ער קאָן פֿון זייער אַ נעגאַטיווער סיטואַציע מאַכן זייער אַ פּאָזיטיווע,‟ האָט קענעט דזשייקאָבסאָן, דער וויצע־דירעקטאָר פֿון דער „איי־די־על‟ געזאָגט. שטעלט זיך די פֿראַגע: וואָס שייך דעם הויפּטציל פֿון דער „איי־די־על‟ — באַקעמפֿן דעם אַנטיסעמיטיזם — האָט פֿאַקס טאַקע עפּעס אויפֿגעטאָן?

אין אייראָפּע זעט מען הײַנט אָן אַ שיעור אַנטיסעמיטישע אַטאַקן, אַנטי־ישׂראלדיקע דעמאָנסטראַציעס און בויקאָטיר־אַקציעס. אין ווענעזועלע, טערקײַ און אַנדערע לענדער, הערט מען אַנטיסעמיטישע קאָמענטאַרן אַפֿילו פֿון הויך־באַאַמטע פּאָליטיקער. אויף דער אינטערנעץ, לייענט מען כּסדר אַטאַקן קעגן ייִדן. אין דער אַראַבישער וועלט, מאַכט מען קאַריקאַטורן פֿון ייִדן, אַזוי ווי די נאַציס פֿלעגן טאָן אין זייערע אייגענע צײַטונגען.

פֿון דער אַנדערער זײַט, איז דער אַנטיסעמיטיזם אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן נידעריקער ווי עס איז ווען אַ מאָל געווען. די ייִדן אין ישׂראל לעבן אין רעלאַטיווער זיכערהייט. אין רוסלאַנד, אוקראַיִנע און אַנדערע לענדער אין אייראָפּע, באַשיצן די רעגירונגען זייער ייִדישע באַפֿעלקערונג.

פֿאַקסמאַן האַלט, אַז די „איי־די־על‟ איז איינע פֿון די סיבות, פֿאַר וואָס אַמעריקע איז צווישן די צום ווייניקטסן אַנטיסעמיטישע לענדער אין דער וועלט.

„איך נעם נישט אָן דעם קרעדיט דערפֿאַר, אָבער איך בין איינער פֿון די — נישט בלויז צווישן די אַמעריקאַנער ייִדן, אָבער צווישן לײַטישע מענטשן בכלל — וואָס באַקעמפֿן דעם אַנטיסעמיטיזם,‟ האָט פֿאַקסמאַן געזאָגט. „דער גרעסטער אונטערשייד צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און די אַנדערע לענדער איז, אַז אין אַמעריקע ווייסט מען, אַז עס זענען דאָ קאָנסעקווענצן, ווען מע דריקט אויס ראַסיזם און אַנטיסעמיטיזם. ס׳מאַכט נישט אויס, צי איר האָט אַ געשעפֿט, צי איר זענט פּאָליטיש אַקטיוו, צי איר זענט אַ טייל פֿון דער קונסטוועלט — אויב איר פֿירט זיך אויף ווי אַן אַנטיסעמיט, וועט איר באַצאָלן אַ פּרײַז.‟