ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published June 24, 2015, issue of July 10, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אַ רעפֿעראַט וועגן חסידות

דער מוזיי איז ממשיך זײַן פּראָגראַם פֿון לעקציעס פֿאַרן ברייטן עולם. די וואָך האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט דער קענער פֿון ייִדישער מיסטיק און חסידיזם מנחם יהלום. דער רעפֿעראַט האָט געהייסן „חסידישע רעטענישן: דאָס ליכט פֿון כּלים־ווענטלעך אין מעזשביזש און וואַרשע‟. די רייד איז געגאַנגען וועגן דער קבלישער קאָנצעפּציע פֿון דער וועלט ווי אַ סיסטעם פֿון כּלים, פֿול מיטן געטלעכן ליכט. די חסידישע לערע זאָגט, אַז נאָך העלער און הייליקער איז דאָס ליכט פֿון די ווענטלעך פֿון כּלים. מנחם יהלום האָט אַנאַליזירט מקורות פֿון פֿריִערע חסידות, פֿון איזשביצער־ראַדזינער חסידות און פֿון וואַרשעווער רביים.

אַן אויסשטעלונג פֿון ייִדישע בריוו־ביכער, „איך שרײַב אײַך…‟

אַ ידיעה פֿון סאַנקט־פּעטערבורג, וווּ ס‘איז אָרגאַניזירט געוואָרן אַן אויסשטעלונג פֿון ייִדישע בריוו־ביכער, „איך שרײַב אײַך…‟. די עקספּאָזיציע שליסט אײַן בריוו־ביכער פֿון דער זאַמלונג בײַ דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק, דאָס רובֿ אויף ייִדיש, עטלעכע אויף צוויי שפּראַכן — לשון־קודש און ייִדיש אָדער ייִדיש און רוסיש. די קוראַטאָרין פֿון דער אויסשטעלונג, וועראַ קנאָרינג, האָט דערציילט, אַז זי איז באַגײַסטערט געוואָרן פֿון אַ פֿאָרשונג פֿון די אַמעריקאַנער געלערנטע, עליס נחומאָווסקי און ראָבערטאַ ניומאַן „טײַערער מענדל, טײַערע רייזל. ייִדישע בריוו־ביכער אין רוסלאַנד און אַמעריקע‟ (אינדיאַנע, 2014). איצט, ווען דער אינטערעס צו דער קולטור פֿון טאָג־טעגלעך לעבן שטײַגט, זענען אויך די ייִדישע בריוו־ביכער געוואָרן אַ טעמע פֿון פֿאָרשונג. וועראַ קנאָרינג האָט באַשריבן די היסטאָרישע טענדענצן און פֿילאָלאָגישע באַזונדערקייטן, וואָס מע קען באַמערקן אין די בריוו־ביכער. 
נאָך דער שליסונג פֿון דער אויסשטעלונג וועלן די בריוו־ביכער זײַן צוגענגלעך אין דעם לייען־זאַל פֿון דער ביבליאָטעק.

פּרעמיערע פֿון דער סימפֿאָניע „די געלע שטערן‟

און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט קומט פֿון אַ קליינער שטאָט ניט ווײַט פֿון מאָסקווע — וולאַדימיר. דאָרטן האָט מען אויפֿגעפֿירט אַ סימפֿאָניע פֿון איסאַק שוואַרץ, „די געלע שטערן‟, אין אינטערפּרעטאַציע פֿון אַנאַטאָלי אַנטאָנאָוו, פֿאַר צוויי אָרקעסטערס, פֿון פֿאָלקס־אינסטרומענטן און פֿון סטרונע־אינסטרומענטן. די סימפֿאָניע איז געווידמעט דעם חורבן, און באַגײַסטערט האָט דעם מחבר אַ דערציילונג פֿון פּראַווען פּורים אין קאָוונער געטאָ.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.