אַ ספּעציעלע מתּנה פֿון אַן אויגן־דאָקטערין

A Special Gift From an Opthalmologist

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published June 26, 2015, issue of July 24, 2015.

דעם בראַצלאַווער רבינס הויף האָט אַמאָל געשמט. די בראַצלאַווער חסידים האָבן געהאַט גרויס אָפּשײַ און פֿאַרערונג פֿאַר זייער הייליקן רבין. דער ייִראת־הכּבֿוד איז געווען פֿאַרבונדן מיט ייִדישן גלויבן און איבערגלויבן, מיט קרובֿהשאַפֿט און ייִחוס, דער עיקר, מיט כּבֿוד.

חסידים פֿלעגן איבערלאָזן ווײַב און קינד, שוואַרצן גרענעצן און אַלץ אויף צו פֿאַרברענגען שבת אָדער יום־טובֿ מיטן רבין. אַגבֿ, האָט דער בראַצלאַווער זיך אויסגעטענהט מיטן רבונו־של־עולם אויף מאַמע־לשון.

הײַנט בין איך נאָר באַקאַנט מיט די טויטע־חסידים, זיי קומען אין די טויזנטער פֿון דער גאַנצער וועלט אויף קבֿר־אָבֿות, דער עיקר, פֿאַרזאַמלען זיי זיך בײַם רבינס קבֿר אויף די ימים־נוראָים, באַלאַגערן דאָס שטעטעלע אומאַן, וואָס געפֿינט זיך אין אוקראַיִנע. דאָרט זאַמלען זיך בײַם רבי נחמן בראַצלאַווערס קבֿר זײַנע הײַנטיקע חסידים, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס זייער רבי איז שוין טויט איבער 200 יאָר, איז ער פֿאַרבליבן פֿאַרהייליקט און לעבעדיק. דער גלויבן בײַ די טויטע חסידים איז אַזוי גרויס, אַז זיי פֿאַראייניקן זיך מיטן רבינס זכר, ווי ער וואָלט ערשט אויסגעהויכט די נשמה. דער רבי לעבט צווישן די בראַצלאַווער חסידים.

דערצו האָבן די בראַצלאַווער חסידים אויף אַזוי פֿיל גורם געווען אַ מין תּחית־המתים פֿונעם שטעטל, אַז די אוקראַיִנער האָבן ממש אויפֿגעלעבט. מ’האָט אין אומאַן אויפֿגעבויט האָטעלן מיט מיקוות, אויפֿגעשטעלט כּשרע רעסטאָראַנען, און צוגעשטעלט אַרבעט די אוקראַיִנער שערער, שוסטער און אַ וועלט מיט אַנדערע בעלי־מלכות. ס’איז געקומען אויף די אוקראַיִנער ממש אַן אויסלייזונג.

איז צוליב וואָס דערצייל איך אײַך די גאַנצע געשיכטע? צוליב מײַנס אַ נאָענטע חבֿרטע לאה, וועלכע האָט אַרומגעזוכט אַן אויגן־דאָקטער אין אונדזער געגנט, ביז זי האָט זיך אָנגעטראָפֿן אויף אַ דאָקטערשע, דווקא אין דער זעלבער געגנט, נישט ווײַט פֿון איר הויז. אָנגעקלונגען, באַשטעלט אַ וויזיט, געקומען צו דער מינוט און צו דער רגע און דערזען, אַז די דאָקטערשע איז יונג, טראָגט אַ שײַטל, דווקא אַ שיין שײַטל; הײַנטיקע שײַטלען זעען אויס עלעגאַנט, מ’קען זיך אַפֿילו אַמאָל טועה זײַן און אָננעמען זיי פֿאַרן עכטן פּועל־יוצא.

צופֿרידן מיט די רעזולטאַטן, האָט לאה שוין געהאַלטן בײַם געזעגענען זיך, ביז די דאָקטערשע האָט איר אויפֿמערקזאַם געמאַכט, אַז זי דאַרף צוריקקומען אין זעקס חדשים אַרום און באַשטעלן אַ צווייטן וויזיט. ווי נאָר מײַן חבֿרטע האָט דערהערט זעקס חדשים, אַזוי האָט זי שעלמיש אַ שמייכל געטאָן:

„הלוואי דערלעב איך נאָך זעקס חדשים, ווײַל לויט מײַן לעצטע דיאַגנאָזע האָבן מיר די דאָקטוירים געגעבן בלויז אַ פּאָר חדשים צו לעבן.‟

די דאָקטערשע איז געבליבן שטיין פּריטשמעליעט:

„איר מאַכט שפּאַס, נישט אַזוי?‟

לאה האָט איר געוויזן אַן ערנסטע מינע:

„ניין! איך מאַך שוין גאָרנישט קיין שפּאַס, מײַן לעבן הענגט אויף אַ האָר, איך לײַד פֿון אַן אומהיילבאַרע קראַנקהייט, פֿון וועלכער מען קומט נישט אַרויס מיט גאַנצע ביינער.‟

די דאָקטערשע האָט זי צוריק אַרײַנגערופֿן אין קאַבינעט און גענומען דערגיין אין וואָס דאָ האַנדלט זיך.

„קודם, שטאַרבט מען נישט אַזוי שנעל, פֿון דער אָדער יענער געפֿערלעכער קרענק,‟ האָט זי געטענהט. „אין מײַנע אויגן זעט איר אויס געזונט און שטאַרק, די באַקן רויט, דאָס פּנים פֿריש, איז לאָזט אָפּ מיט אַזעלכע רייד. אַחוץ דעם, מוז איך אײַך זאָגן, אַז איך בין דעם בראַצלאַווער רבינס אַן אוראייניקל און וועל אײַך געבן אַ ברכה. מיטן בראַצלאַווער רבין שפּילט מען זיך נישט.‟

און זי האָט איר געגעבן אַ ברכה און צוגעגעבן:

„מיטן בעלדזערס אוראייניקלס ברכה שטאַרבט מען נישט אַזוי שנעל, נאָר מ’לעבט. איך האָב זיך שוין באַנוצט מיט מײַן אורזיידנס ברכה, און איך מוז אײַך מודה זײַן, אַז איך האָב געהאָלפֿן אַ סך פֿון מײַנע פּאַציענטן, אַזוי אַז איך מוז אײַך עצהן, מאַכט אַ באַשטעלונג אויף דער ווײַטערדיקער באַהאַנדלונג אין זעקס חדשים אַרום.‟

און כאָטש מײַן חבֿרטע האָט געלאַכט מיט אַ ביטער געלעכטער, האָט זי פֿאָרט געמאַכט די באַשטעלונג. מיר האָבן ביידע געלאַכט מיט יאַשטשערקעס, ווײַל קיינער פֿון אונדז גלייבט נישט אין די זאַבאָבאָנעס, און דאָך… עס זײַנען אַוועק זעקס חדשים צײַט און זי האָט געהאַלטן די באַשטעלונג בײַ דער דאָקטערשע מיטן בראַצלאַווער רבינס ברכה.

דערווײַל האָט לאה שלום געמאַכט מיטן מלאך־המות, אָבער ערגעץ טיף האָט זיך בײַ איר פֿאַרוואַלגערט אַ ברעקל פֿון אַ געדאַנק, אַז דאָס וואָס די גרויסע ספּעציאַליסטן האָבן איר אָנגעזאָגט די ביטערע בשׂורה, לעבט זי ווײַטער. און כאָטש דאָס קענען זײַן געציילטע טעג, וואָכן, חדשים אָדער יאָרן, דערווײַל קלאַפּט דאָס האַרץ צום טאַקט פֿון לעבן, דער מוח איז באַלאַגערט פֿון גוטע און ביטערע מחשבֿות, דער ווילן צו פֿאַרברענגען איז אין פֿולן שוווּנג. זי האָט פֿאַרשטאַנען, אַז אין איר קעמפֿט דער יצר־הרע מיטן יצר־טובֿ; ס’איז אַ באָקס־מאַטש, אַמאָל געווינט איינער און צומאָל דער צווייטער. קיינער געווינט נישט און קיינער פֿאַרשפּילט נישט, ס’איז כּף־הקלע, זי איז שטעקן געבליבן אין „לימבאָ‟. און דאָס אַלץ האָט אָפּגעטאָן דעם בראַצלאַווער רבינס אוראייניקלס ברכה.