ייִדישע קולטור, נוסח מאָסקװע

Yiddish Literature, Moscow Style

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published July 01, 2015, issue of July 24, 2015.

גענאַדי עסטרײַך, „דאָס ייִדישע ליטעראַרישע לעבן אין מאָסקװע, 1917–1991‟
גענאַדי עסטרײַך, „דאָס ייִדישע ליטעראַרישע לעבן אין מאָסקװע, 1917–1991‟

צװישן אַלע צענטערס פֿון ייִדישער קולטור איז מאָסקװע געװען דער ייִנגסטער. להיפּוך צו אַזעלכע מיזרח־אײראָפּעיִשע שטעט װי װילנע, קיִעװ, אָדעס אָדער װאַרשע, האָט מאָסקװע ניט געהאַט קײן גרױסע ייִדישע באַפֿעלקערונג אינעם 19טן יאָרהונדערט. דערצו האָבן דאָס רובֿ מאָסקװער ייִדן גערעדט רוסיש. כּדי צו קריגן אַ ייִדיש בוך אין די 1870ער יאָרן, װי עס דערמאָנט זיך יעקבֿ דינעזאָן, האָט מען געדאַרפֿט אָפּזוכן אַ באַקאַנטן מוכר־ספֿרימניק ערגעץ אין די טיפֿענישן פֿון דער אָרעמער ייִדישער געגנט „זאַריאַדיע‟. אָבער בעתן „גירוש־מאָסקװע‟, אין 1891, האָט דער נײַער גענעראַל־גובערנאַטאָר געהײסן אַרױסטרײַבן פֿון דער שטאָט אַ גרױסע צאָל ייִדן, קודם־כּל, די ייִדיש־רעדנדיקע אָרעמע־לײַט.

דער אױפֿקום פֿון מאָסקװע װי אַ צענטער פֿון ייִדיש איז געװען אַ פּועל־יוצא פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה און דער רוסישער רעװאָלוציע. די מלחמה האָט געבראַכט אַ היפּשע צאָל פּליטים פֿון ליטע און װײַסרוסלאַנד, װאָס זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון דער דײַטשישער אַרמײ; און נאָך דעם בירגערקריג זײַנען קײן מאָסקװע געקומען טױזנטער פּליטים פֿון אוקראַיִנע, װוּ עס האָבן געבושעװעט פּאָגראָמען. אַזױ אַרום איז די נײַע סאָװעטישע הױפּטשטאָט געװאָרן אַ צענטער פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור. צום אָנהײב 1930ער יאָרן איז מאָסקװע שױן געװען דער גרעסטער און װיכטיקסטער ייִדישער קולטור־צענטער אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.

בעת אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד”, מאָסקווע, 1960ער יאָרן
בעת אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד”, מאָסקווע, 1960ער יאָרן

די געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור אין מאָסקװע װערט באריכות באַהאַנדלט אין גענאַדי עסטרײַכס נײַעם בוך „דאָס ייִדישע ליטעראַרישע לעבן אין מאָסקװע, 1917–1991‟, װאָס איז אַרױס אױף רוסיש אינעם פֿאַרלאַג פֿונעם פּעטערבורגער אײראָפּעיִשן אוניװערסיטעט. סײַ געאָגראַפֿיש, סײַ קולטורעל איז די ייִדישע מאָסקװע געלעגן צװישן קיִעװ און װילנע, צװײ װיכטיקסטע צענטערס פֿון מאָדערנער ייִדישער קולטור. אָבער נאָך דער סאָװעטיש־פּױלישער מלחמה פֿון 1920 איז ווילנע געװאָרן אָפּגעריסן פֿון מאָסקווע, בעת די קיִעװער ליטעראַטן און קינסטלער האָבן געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אינעם אױספֿורעמען דעם אײגנאַרטיקן קולטורעלן נוסח־מאָסקװע.

דער סימן־מובֿהק פֿונעם דאָזיקן נוסח איז געװען די נאָענטע אָנגעקניפּטקייט פֿון דער ייִדישער קולטור מיט דער סאָװעטישער מאַכט. קײן מאָסקװע האָבן זיך אַריבערגעצױגן די װיכטיקסטע סאָװעטישע ייִדישע אַנשטאַלטן, אַזעלכע װי די צײַטונג „דער עמעס‟ און דער צענטראַלער ביוראָ פֿון די ייִדישע סעקציעס בײַ דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ, װאָס זייער אױפֿגאַבע איז געװען דורכצופֿירן די סאָװעטישע פּאָליטיק אױף דער ייִדישער גאַס.

צום אָנהײב 1920ער יאָרן איז די גאַנצע ייִדישע קולטורעלע סבֿיבֿה געװאָרן סאָװעטיזירט. דעמאָלט האָבן זיך אין מאָסקװע געפֿונען אַ צאָל פֿירנדיקע ייִדישע ליטעראַטן און קינסטלער: בערגעלסאָן, דער נסתּר, האָפֿשטײן, בראָדערזאָן, שאַגאַל, ליסיצקי, ריבאַק און אַנדערע. אָבער אין גיכן האָבן זײ פֿאַרלאָזט די פֿאַראָרעמטע סאָװעטישע שטאָט און אַװעקגעפֿאָרן קײן פּױלן און דײַטשלאַנד. אױף זײער אָרט איז געקומען פֿון דער פּראָװינץ דער נײַער ליטעראַרישער דור, װאָס האָט ענטוזיאַסטיש געשטיצט די נײַע סאָװעטישע מאַכט. דער קריטיקער יחזקיאל דאָברושין האָט געשטעלט פֿאַר די יונגע שרײַבער די אױפֿגאַבע צו שילדערן די נײַע סאָװעטישע װירקלעכקײט „אָביעקטיװ‟ און אָפּזאָגן זיך פֿון דעם אימפּרעסיאָניסטישן, סוביעקטיװן סטיל.

אין די 1920ער יאָרן איז מאָסקװע געװאָרן אױך דער צענטער פֿון העכערער בילדונג אױף ייִדיש. ייִדיש איז געװען אַ לערן–שפּראַך אין צװײ אוניװערסיטעטן. דער קאָמוניסטישער אוניװערסיטעט פֿאַר פֿעלקער פֿון מערבֿ האָט געגרײט נײַע ייִדיש־רעדנדיקע פּאַרטײ־קאַדרען פֿאַר אױסלאַנד, בעת דער צװײטער מאָסקװער אוניװערסיטעט האָט אויסגעשולט נײַע לערער פֿאַר די סאָװעטישע ייִדישע שולן. דװקא דער דאָזיקער אינסטיטוט מיט זײַן אַספּיראַנטור האָט פֿאַרזיכערט, אַז די סאָװעטישע ייִדישע קולטור זאָל באַקומען פֿרישע כּוחות, װאָס זײַנען באַהאַװנט אין דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, װי אױך געטרײַ דער קאָמוניסטישער אידעע. די סאָװעטישע ייִדישע צײַטונגען האָבן דערמוטיקט יונגע לײַט צו שרײַבן זײערע קאָרעספּאָנדענצן פֿון פֿאַבריקן און קאָלװירטן.

צום סוף צװאַנציקער יאָרן איז דער עקאָנאָמישער מצבֿ אין מאָסקװע געװאָרן בעסער, די שטאָט האָט געהאַלטן אין אײן װאַקסן, און עס האָט זיך געדוכט, אַז ייִדיש האָט אַ זיכערע צוקונפֿט אונטער דער השגחה פֿון דער סאָװעטישער מאַכט. אַ צאָל עמיגראַנטן האָבן זיך אומגעקערט פֿון אױסלאַנד און באַקומען שטעלעס אין די סאָװעטישע ליטעראַרישע און פּעדאַגאָגישע אַנשטאַלטן. קײן מאָסקװע האָבן עולה־רגל געװען די ייִדישע שרײַבער פֿון אַמעריקע: אַבֿרהם רײזען, יוסף אָפּאַטאָשו, משה נאַדיר, שלום אַש, אַבֿרהם כּהן און אַ סך אַנדערע, װאָס האָבן איבערגעלאָזט װערטפֿולע אײַנדרוקן װעגן דער סאָװעטישער הױפּטשטאָט.

עסטרײַכס בוך נעמט דעם לײענער אַרײַן אין די סאַמע טיפֿענישן פֿונעם געשפּאַנטן מאָסקװער ייִדישן ליטעראַרישן לעבן, דורך די יאָרן פֿון דער מלחמה, סטאַלינס רדיפֿות און דער נאָך–סטאַלינישער „אָדליגע‟, װאָס האָט גורם געװען די באַנײַונג פֿון ייִדישע פּובליקאַציעס. די לעצטע דרײַסיק יאָר זײַנען פֿאַרבײַ אונטער דער שליטה פֿון אַהרן װערגעליס, אַ ייִדישער דיכטער, װאָס איז געװאָרן דער דיקטאַטאָרישער רעדאַקטאָר פֿון „סאָװעטיש הײמלאַנד‟.

דאָס איז געװען אַ סתּירותדיקע פּערזענלעכקײט מיט אַ שלעכטן שם אין מערבֿ צוליב זײַן געטרײַשאַפֿט דער סאָװעטישער מאַכט. אָבער אפֿשר דװקא דאָס איז געװען דער פּרײַז, וואָס ס‘האָט װערגעליסן דערמעגלעכט מחיה־מתים זײַן די סאָװעטישע ייִדישע ליטעראַטור, װעלכע איז אין גאַנצן דערהרגעט געװאָרן אין די סוף 1940ער יאָרן.

עסטרײַך פֿאַרסך־הכּלט: „מיט װערגעליסעס טױט אין 1999 האָט זיך פֿאַקטיש געענדיקט די געשיכטע פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור. כּמעט אין גאַנצן זײַנען פֿאַרשװוּנדן אירע שפּורן אינעם הײַנטיקן ליטעראַרישן דיסקורס אין פּאָסט־סאָװעטישן רױם.‟ עס ווערן ניט דערמאָנט די פֿילצאָליקע װערק פֿון סאָװעטישע ייִדישע שרײַבער, װאָס זײַנען פֿאַראַן אין די רוסישע איבערזעצונגען, און קײן נײַע איבערזעצונגען באַװײַזן זיך אױך ניט. צי װעט מען זיך אומקערן צו דער דאָזיקער רײַכער, אָבער פֿאַרגעסענער ירושה? מן־הסתּם, דאַרף מען נאָך צוּװאַרטן אַ ביסל, ביז עס װעט זיך שאַפֿן אַ געהעריקע דיסטאַנץ אין צײַט.