אין פּראָג דאַרף מען זיך נישט שרעקן

Walking Without Fear in Prague

הרבֿ מאַניס באַראַש שפּאַצירט איבער די גאַסן פֿון דער אַלטער שטאָט אין פּראָג
Matej Stransky
הרבֿ מאַניס באַראַש שפּאַצירט איבער די גאַסן פֿון דער אַלטער שטאָט אין פּראָג

פֿון דאָנאַלד סנײַדער (Forward)

Published July 01, 2015, issue of July 24, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

„אַנטיסעמיטיזם איז נישט קיין טייל פֿון אונדזער טאָג־אָרדענונג,‟ האָט דערקלערט ייִרי דינסטביער, דער מענטשנרעכט־מיניסטער פֿון דער טשעכישער רעפּובליק. „די ייִדן ווערן דאָ באַטראַכט פֿאַר טשעכן; זיי זענען אין גאַנצן אינטעגרירט אין דער געזעלשאַפֿט.‟

אַ צווייטע מינאָריטעט, וואָס איז אַ סך ווייניקער אינטעגרירט, רופֿט טאַקע יאָ אַרויס נעגאַטיווע געפֿילן בײַ די טשעכן. די ראָמאַ (ציגײַנער) באַטרעפֿן בערך 200,000 צי 250,000 נפֿשות אין דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג פֿון 10.5 מיליאָן מענטשן. די באַמיִונגען זיי צו אינטעגרירן פֿאַרנעמט ס׳רובֿ פֿון זײַן צײַט, האָט דינסטביער געזאָגט. „די טשעכישע רעפּובליק וועט אויך נישט נאָכגעבן דעם דרוק מצד דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד אַרײַנצונעמען די גרויסע צאָל מוסולמענישע פּליטים,‟ האָט דינסטביער באַטאָנט. אַן אָרגאַניזאַציע מיטן נאָמען „מיר ווילן נישט קיין איסלאַם אין דער טשעכישער רעפּובליק‟ ציט טאַקע צו אַ סך מענטשן צו אירע מאַניפֿעסטאַציעס.

„די טשעכן האָבן נישט קיין שום טאָלעראַנץ צו די ראָמאַ און מוסולמענער,‟ האָט באַמערקט איוואַן גאַבעל, אַ סאָציאָלאָג און דעפּוטאַט פֿון דער „קריסטלעכער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי‟ אינעם פּאַרלאַמענט, וועלכער האָט אַמאָל געדינט ווי אַן אַסיסטענט בײַם פֿאַרשטאָרבענעם פּרעזידענט וואַצלאַוו האַוועל. דער דאָזיקער אַנטאַגאָניזם צו פֿעלקער וואָס זענען „אַנדערש‟, האָט אָבער אויך צוגעהאָלפֿן, אַז די געזעלשאַפֿט זאָל בלײַבן פֿאַראייניקט און סטאַביל. מע איז טאַקע נישט צופֿרידן מיט יענע גרופּעס, וואָס זענען אַנדערש, אָבער די ייִדן, וואָס זענען קליין אין צאָל און שטאַרק אַסימילירט, ווערן נישט באַטראַכט ווי „אַנדערש‟.

און דאָס איז אפֿשר די סיבה פֿאַר וואָס די טשעכן זענען אַזוי פֿרײַנדלעך צו די ייִדן. אויב מע וואָלט אויף די גאַסן געזען אַ סך חסידים, וואָס זעען אויס ווי הרבֿ באַראַש, וואָלט זײַן איבערלעבונג נישט געווען אַזוי אײַנגענעם.

הײַנט זענען אַרום 3,000 מענטשן אין דער טשעכישער רעפּובליק פֿאַרשריבן אין דער „פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות‟, אָבער די רשימה נעמט אַרײַן בלויז יענע, וואָס האָבן אַ ייִדישע מאַמע אָדער האָבן דורכגעמאַכט אַן אָרטאָדאָקסישן גיור. אויב מע וואָלט אויך אַרײַנגערעכנט די יחידים, וואָס האָבן בלויז אַ ייִדישן טאַטן אָדער אַנדער ייִדישן קרובֿ, וואָלט די צאָל געוואָרן אַזש 20,000, און אַ העלפֿט פֿון זיי — אין פּראָג.

הגם געוויסע מענטשן האַלטן, אַז די פּראָגער קהילה וואָלט געדאַרפֿט אויך אַרײַננעמען די נישט־הלכישע ייִדן, טענהט דער פּראָגער הויפּט־רבֿ דוד פּיטער, אַז ניין. „אַפֿילו אויב זיי פֿילן זיך ווי ייִדן, זענען זיי פֿאָרט נישט קיין ייִדן,‟ האָט פּיטער געזאָגט. „אויב זיי ווילן טאַקע ווערן ייִדן, קענען זיי זיך מגייר זײַן.‟