איראַן־הסכּם איז אַ קאָרידאָר פֿון שפּיגלען

Iran Deal is a Hall of Mirrors

דער העכסטער גײַסטיקער פֿירער אין איראַן, אַיאַטאָלאַ אַלי כאַמייני
דער העכסטער גײַסטיקער פֿירער אין איראַן, אַיאַטאָלאַ אַלי כאַמייני

פֿון דזשיי דזשיי גאָלדבערג (Forward)

Published July 02, 2015, issue of July 24, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

זעט נאָר ווי די האַרטליניקע אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע קעגנער פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען האָבן רעאַגירט אויף כאַמייניס רעדע. שוין יאָרן לאַנג, וואָס זיי טענהן, אַז מע קען נישט געטרויען איראַן, ווײַל דאָס ליגן־זאָגן איז אַ טייל פֿון אירע „גענען‟. איצט זאָגן זיי אָבער, אַז דעם 23סטן יוני האָט כאַמייני טאַקע געזאָגט דעם אמת. וואָס איז געשען? זאָל מען קיין מאָל נישט גלייבן איראַנס פֿירער? אַ מאָל יאָ גלייבן, און אַ מאָל — נישט? אָדער איז עס גיכער, אַז די מיאוסע דערקלערונגען מצד די „מולאַס‟ איז תּמיד אמת, און די מעסיקע רייד בײַ זיי איז תּמיד אַ ליגן? און אויב יאָ, ווי וועט מען וויסן, אויב זיי זענען שוין יאָ גרייט צו ווערן בייגעוודיק?

פֿון כאַמיינין וועלן מיר די ענטפֿערס נישט וויסן. מע זאָגט, אַז אין 2005 האָט ער אַרויסגעלאָזט אַ „פֿאַטוואַ‟, פֿאַרווערנדיק נוקלעאַר געווער ווי אַנטי־איסלאַמיש. אָבער די כּסדרדיקע ליגנס מצד איראַן וועגן איר כּלומרשטיקער „ציווילער‟ נוקלעאַרער פּראָגראַם; איר אויסבאַהאַלטן ריזיקע אײַנריכטונגען וואָס קענען באַרײַכערן אוראַניום, און איר נישט אַרײַנלאָזן די „יו־ען‟־אינספּעקציעס — האָבן שוין אַרויסגערופֿן חשד אַפֿילו בײַ רוסלאַנד און כינע.

פֿון דעסטוועגן, האָבן אַ צאָל הויכע באַאַמטע ישׂראלדיקע זיכערהייט־פֿיגורן, ווי דער געוועזענער „מוסד‟־דירעקטאָר מאיר דגן און דער געוועזענער „שין־בית‟־דירעקטאָר יובֿל דיסקין אויסגעדריקט אַ סך מער אָפּטימיזם וועגן איראַן ווי דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו אָדער דער געוועזענער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, מײַקל אורן. דער איצטיקער „מוסד‟־דירעקטאָר תּמיר פּרדו [פּאַרדאָ], למשל, האָט אין יולי 2014, בעת אַ פּריוואַטער באַגעגעניש, דערקלערט, אַז דער פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט און ISIS באַטרעפֿן אַ גרעסערע סכּנה פֿאַר ישׂראל איידער איראַן.

וואָס זשע איז דער אויספֿיר? ס׳איז אמת, דער אָפּמאַך איז ווײַט פֿון אידעאַל. אָבער קיינער האָט זיך סײַ־ווי נישט געריכט אויף אַן אידעאַלן אָפּמאַך. נישט געקוקט אויף אַ ריי רעזאָלוציעס מצד דער „יו־ען‟ זיכערהייט־ראַט זינט 2006, וווּ מע האָט געפֿאָדערט בײַ איראַן אָפּצושטעלן איר באַרײַכערונג פֿון אוראַניום, האָט קיינער נישט געהאַט קיין אילוזיעס, אַז איראַן וועט טאַקע מסכּים זײַן. ס׳קאָן זײַן, אַז אַ מיליטערישע אַקציע האָט געקאָנט צעשטערן די נוקלעאַרע אײַנריכטונגען, און אַמעריקע איז זיכער גרייט דורכצופֿירן אַזאַ אַקציע. אָבער איראַן וואָלט סײַ־ווי געקאָנט עס איבערבויען במשך פֿון דרײַ יאָר. בלויז אַן אַמעריקאַנער אינוואַזיע און אָקופּאַציע וואָלט עס אָפּגעשטעלט, אָבער דער דורכפֿאַל אין איראַק האָט שוין גוט אָפּגעבריט די אַמעריקאַנער פֿון אַזוינע אַקציעס. און אויב ישׂראל וואָלט אַטאַקירט די אײַנריכטונגען, וואָלט עס דערבײַ בלויז געוווּנען איין יאָר.

פֿון דער צווייטער זײַט, וואָלט דער איצטיקער אָפּמאַך אונדז געגעבן צווישן 15 און 25 יאָר. נישט פּערפֿעקט, אָבער פֿאָרט בעסער ווי די אַנדערע ברירות.