פֿאַר וואָס נישט קיין „טשאַרטער סקולס‟ פֿאַר ייִדיש?

Why No Yiddish-Language Charter Schools?

די „התּיקווה אינטערנאַציאָנאַלע אַקאַדעמיע‟, אַ העברעיִשע „טשאַרטער־שול‟, אין איסט־בראָנזוויק, ניו־דזשערזי
Uriel Heilman
די „התּיקווה אינטערנאַציאָנאַלע אַקאַדעמיע‟, אַ העברעיִשע „טשאַרטער־שול‟, אין איסט־בראָנזוויק, ניו־דזשערזי

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published July 07, 2015, issue of July 24, 2015.

וווּנדער איבער וווּנדער, אין אונדזער הויפּט־שטאָט וואַשינגטאָן גופֿא, לערנען זיך די קינדער פֿון אָרעמע געגנטן אַ קורס „העברעיִש‟. ווער זײַנען די קינדער? דער עיקר, אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, צווישן זיי אויך קינדער פֿון עטיאָפּיע, כינע און לאַטײַן־אַמעריקע. די „טשאַרטער‟ פֿאָלקס־שולן האָבן באַשלאָסן צו לערנען די קינדער פֿון קינדער־גאָרטן אָן — העברעיִש. די קינדער זינגען און באַקענען זיך מיטן אַלף־בית, און דער עיקר, מ׳קען זיך מיט זיי פֿאַרשטענדיקן אויף העברעיִש.

די פֿראַגע איז, צו וואָס? דער ענטפֿער איז, פֿאַרוואָס נישט? מ׳באַציט זיך צו דער שפּראַך נישט נאָר פּאָזיטיוו, נאָר מ׳קוקט דערויף אויך ווי עס וואָלט געווען אוניווערסאַל.

כּל־זמן ייִדן לעבן אין גלות, פֿאַרוואָס נישט פֿאַרשפּרייטן דאָס לשון? נאָך אַלעמען, די קינדער קענען אויסוואַקסן קאָנגרעס־לײַט, אַמבאַסאַדאָרן אָדער פּרעזידענטן, וועט עס זיכער זיי נישט שאַטן.

מען לערנט די שפּראַך ווי אַ קולטור, אָן אַ סימן פֿון רעליגיע, און די ישׂראלדיקע לערערין באַקלאָגט זיך: אויב מ׳וויל שיקן הײַנט צו טאָג דאָס קליינוואַרג אין אַ ייִדישער פּריוואַטער טאָגשול, פֿרום אָדער נישט, קאָסט עס אַ מאַיאָנטעק, און ווער קען זיך דאָס פֿאַרגינען?

איך הער ווי די קינדער זינגען די העברעיִשע לידער, רעדן צווישן זיך, קענען ענטפֿערן אויף פֿראַגעס, שטוין איך און טראַכט, פֿאַרוואָס האָבן מיר, ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן פֿאַרזען אַזאַ געלעגנהייט? ווײַל מיר האָבן זיך געשעמט מיט אונדזער אייגן לשון? ווײַל מיר האָבן זיך געשעמט מיט די אייגענע טאַטע־מאַמע, באָבע־זיידע, ווי ס׳וואָלט די ייִדישע שפּראַך נישט געהאַט קיין שײַכות, נישט געווען נוגע דעם אַמעריקאַנער ייִדנטום, אָדער ווײַל אונדזער וועלט איז אונטערגעגאַנגען מיטן חורבן? ווײַל מיר ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אין גלות האָבן נישט געהאַט קיין לאַנד אין דער אייגענער מדינה? און ווײַל די אייגענע מדינה האָט בראַקירט אונדזער ייִדיש לשון?

ווי עס זאָל נישט זײַן, אונדזער קולטור־געשיכטע איז שטאַרקער פֿון פּאָליטיק, שטאַרקער פֿון עם־הארצות, שטאַרקער אַפֿילו פֿאַר דער אַסימילאַציע. איך גלייב, אַז עס וועלן אויפֿקומען נײַע דורות, וואָס וועלן זיך גריבלען אין זייער „אַנסעסטרי‟, אַזוי רופֿן זיי די פֿאַרגאַנגענע דורות; זיי ווילן וויסן פֿון וואַנען זיי שטאַמען, ווער זײַנען געווען זייערע אָבֿות. ס׳איז הײַנט אַ משוגעת אַזאַ, מענטשן ווילן וויסן פֿון וואַנען און פֿון וועמען זיי שטאַמען? לויפֿן זיי קיין עליס־אײַלענד, זוכן די ערשטע אימיגראַנטן רשימות, וואָס האָבן אַ שײַכות צו זיי, ווער זײַנען זיי געווען? פֿון וואַנען זײַנען זיי געקומען? און וואָס איז געווען די סיבה, וואָס זיי האָבן אָנגעשפּאַרט די אַמעריקאַנער ברעגעס?

דעריבער פֿאַרליר איך נישט די האָפֿענונג, אַז אונדזער ייִדישע שפּראַך האָט אַ תּמצית און וואַרט ביז ס’וועט אונטערקומען דער דור, וואָס וועט עס וועלן וויסן.

מאָדערן העברעיִש, עבֿרית, הייסט עס, איז הײַנט, לאָמיר זאָגן, הונדערט יאָר אַלט; ווי קען עס זיך פֿאַרגלײַכן מיט אונדזער טויזנט־יעריקן מאַמע־לשון? איך הער אַ סך מאָל ווי באַקאַנטע ייִדישע פּראָפֿעסאָרן — סײַ פֿון האַרוואַרד און סײַ פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט — שילדערן די ייִדישע שפּראַך בזה־הלשון:

„ס׳איז נישט מער ווי אַ דיאַלעקט, אַ צוזאַמענגעשטעלט לשון, וואָס האָט לשון־קודש־ווערטער, וואָס ייִדן האָבן אַמאָל גערעדט ערגעץ ווײַט אין דער פֿאַרגאַנגענהייט.‟

גיב איך אַ פֿרעג מײַנס אַ גוטן באַקאַנטן פּראָפֿעסאָר: „וואָס זאָגסטו צו דעם?‟

זאָגט ער מיר: „יענער האָט פֿײַנט געהאַט זײַן מאַמע!‟

„און וואָס איז לגבי דעם פּראָפֿעסאָר, וואָס שטאַמט אָפּ פֿון ישׂראל, לערנט ייִדישע ליטעראַטור אין איבערזעצונג, און האָט אַ פֿײַנטלעכע באַציִונג צום לימוד?‟ ענטפֿערט ער מיר: „יענער איז אַן ישׂראלי, האָט אַ נעגאַטיווע באַציִונג צו זיך אַליין, וואָס ער פֿאַרנעמט זיך מיט אַ שפּראַך, וואָס אין זײַנע אויגן איז עס נעגירט געוואָרן פֿון זײַן מדינה.‟

איך אַליין רעד העברעיִש און האָב ליב צו רעדן אַ צווייט ייִדיש לשון, אָבער העברעיִש ליגט נאָך אַלץ אין די ווינדעלעך, און איך קען אײַך פֿאַרזיכערן אַז די רגע, וואָס די ישׂראלים טרעטן אַריבער די שוועל פֿון גלות, אַזוי באַווײַזן זיי זיך באַלד צו אַסימילירן. אַ שאָד, וואָס ס’האַלט זיך נישט דאָס הייליקע לשון אויף זייערע צונגען אַפֿילו בײַם ערשטן דור רעדער, שוין אָפּגערעדט, ביז משיחס צײַטן.

די פֿראַגע איז, ווער ווייסט, אויף וועלכער שפּראַך משיח וועט רעדן? אפֿשר גאָר אַראַמעיִש? אָדער כּנעניש? אָדער אַקאַדיש? אָדער גאָר מיצריש, און מיר וועלן זיך נישט פֿאַרשטיין… וועט דער פּראָפֿעסאָר אין האַרוואַרד טענהן, אַז משיח איז גאָרנישט קיין ייִד, און דער פּראָפֿעסאָר אין קאָלומביע וועט מאַכן חוזק…

ווי עס זאָל נישט זײַן, מדינת־ישׂראל וועט משיחן לייגן אין חרם און פּראָטעסטירן: נאָך אַלעמען רעדט דאָך משיח אַ גלות־שפּראַך, דעריבער קאָן מען עס נישט אָנערקענען.