ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published July 06, 2015, issue of July 24, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דער ראַט האָט אָבער געמאָלדן, אַז דאָס איז אַן עקסטרעמער שריט, װאָס אױסטראַליע דאַרף אָננעמען נאָר קעגן אײנעם, װאָס האָט אָפּגעזאָגט זײַן געטרײַשאַפֿט צו אױסטראַליע און אירע אינטערעסן, און װאָס איז אַ בירגער פֿון אַ צװײט לאַנד. דער ראַט האָט אױך אונטערגעשטראָכן, אַז דער נײַער געזעץ־פּלאַן דאַרף זײַן גענוג בײגעװדיק, אַז ער זאָל קענען געבן זיך אַן עצה מיט אױסנאַם־פֿאַלן און אַז די רעגירונג דאַרף לײגן דעם טראָפּ אױף דערציִונג צו באַקעמפֿן די ראַדיקאַליזאַציע פֿון דער יוגנט.

דער זון פֿון אַן אַמעריקאַנער סאָלדאַט זוכט אינפֿאָרמאַציע װעגן סידנעיער ייִדן פֿון 1943

סידנעי גאָלדמאַן גרײט צו אַ מולטי־מעדיע זאַמלונג, באַזירט אױף דעם טאַטנס מלחמה־טאָגבוך. דער פֿאָטער זײַנער, ד״ר פּערי גאָלדמאַן, האָט געדינט אין דער אַמעריקאַנער אַרמײ אין פּאָרט מאָרסבי בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה, און האָט פֿאַרבראַכט אַן אײן-װאָכיקן אורלױב אין סידנעי אין יוני, 1943, אין אײנעם מיט זײַן חבֿר, סיד פֿרידלענדער. די צװײ אַמעריקאַנער ייִדן האָבן פֿאַרברענגט אין די הײמען פֿון דזשאָ גאָלדבערג און מאָנטי גאָלדשטײן אין סידנעי, און דער ייִנגערער גאָלדמאַן זוכט אינפֿאָרמאַציע װעגן זײ. ער זוכט אױך אינפֿאָרמאַציע װעגן מעקסין גאָלדבערג און מאָריס טשעסטער, בײדע פֿון סידנעי.

פֿאָרום פֿון לעבן־געבליבענע קינדער

לאָקאַלע מיטגלידער פֿון דער שארית־הפּליטה, װעלכע זײַנען געװען קינדער בעתן חורבן, אָרדענען אײַן אַ פֿאָרום אױף דער טעמע „קינדער, װעלכע לעבן איבער װײטיק‟, װאָס װעט פֿאָרקומען אינעם ייִדישן חורבן־מוזעום און פֿאָרש־צענטער אין מעלבורן. עס װעלן אָנטײלנעמען פֿיר מעלבורנער ייִדן, װעלכע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן װי קינדער אין פּױלן, בעלגיע און פֿראַנקרײַך. אַ טײל פֿון זײ זײַנען געװען אױסבאַהאַלטן בײַ נישט־ייִדישע משפּחות, און אַנדערע זײַנען געװען אין דער פּאַרטיזאַנטקע. אײנער פֿון די אָנטײלנעמערס איז אַ פּסיכאָלאָג, װאָס ספּעציאַליזירט זיך אין מיטאַרבעטן אױף אַ פּראָפֿעסיאָנאַלן אופֿן מיט מיטגלידער פֿון דער שארית־הפּליטה, װעלכע זײַנען געװען קינדער בעתן חורבן.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.