„אימענינעס‟: אַ פֿאַרגעסן וואָרט

Imenine: A Word That's Been Dropped From Yiddish Usage


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published July 10, 2015, issue of August 07, 2015.

קאַדיע מאָלאָדאָווסקי האָט געשריבן אין איר אויטאָביאָגראַפֿישן ווערק „מײַן עלטער־זיידנס ירושה‟: „די ‘אימענינעס’ איז פֿאַר מיר געווען אַ נײַע נײַעס. בײַ אונדז אין ברעזע [מאָלאָדאָווסקיס היימשטאָט] האָב איך קיין מאָל ניט געהערט פֿון קיין אימענינעס. ווער געדענקט דעם טאָג ווען אַ מיידל ווערט געבוירן? וואָס איז, זי דאַרף ווערן בר־מיצווה?‟

דאָס וואָרט „אימענינעס‟, וואָס איז כּמעט אַרויסגעפֿאַלן פֿונעם הײַנטיקן ייִדיש, איז, אַ פּנים, אַרײַן פֿון רוסיש אין 19טן יאָרהונדערט. ביסלעכקווײַז האָט עס אָנגעהויבן מיינען „געבוירן־טאָג‟, און אין אַזאַ באַטײַט ניצט מען עס אויך בדרך־כּלל אין הײַנטיקן רוסיש. אָבער דער אָריגינעלער טײַטש פֿון „אימענינעס‟ איז אַן אַנדערער. עס האָט צו טאָן מיטן קריסטלעכן קאַלענדאַר, אין וועלכן די טעג זײַנען פֿעסט צוגעבונדן צו די נעמען פֿון כּלערליי הייליקע.

למשל, דעם 25סטן יאַנואַר מערקט מען אָפּ ווי „טאַטיאַנאַס טאָג‟. דער 25סטער יאַנואַר איז געוואָרן אויך אַ סטודענטישער יום־טובֿ, ווײַל אין יאָר 1755 איז אין דעם טאָג געעפֿנט געוואָרן דער מאָסקווער אוניווערסיטעט; און, וואָס איז אפֿשר נאָך וויכטיקער, צו דער צײַט פֿונעם יום־טובֿ פֿלעגט מען, געוויינלעך, פֿאַרענדיקן אָפּצוגעבן די עקזאַמענס פֿון דעם ווינטער־סעמעסטער. אין מײַנע סטודענטישע יאָרן בין איך ניט איין מאָל געווען אויף אַזעלכע הוליאַנקעס.

גלײַכצײַטיק מערקן אָפּ זייער טאָג די פֿרויען, וואָס טראָגן דעם דאָזיקן נאָמען. פֿאַר אייניקע איז עס אויך דער געבוירן־טאָג, ווײַל אין די אַלטע צײַטן פֿלעגט דער גלח אויסקלײַבן דעם נאָמען לויטן „דעזשורנעם‟ הייליקן אין דעם קאַלענדאַר. אָבער ס’רובֿ האָבן באַזונדער דעם געבוירן־טאָג און די אימענינעס.

אַזוי צי אַזוי, אָבער אימענינעס, אין דעם זין פֿון געבוירן־טעג, האָט מען בײַ די טראַדיציאָנעלע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן ניט געפּראַוועט. מע האָט עס געהאַלטן פֿאַר אַ גוייִשן מינהג. בפֿרט נאָך, אַז אין תּנ”ך ווערט אַזאַ זאַך דערמאָנט בלויז איין מאָל, און די רייד גייט וועגן אַ געבוירן־טאָג פֿון אַ פּרעה. קאַדיע מאָלאָדאָווסקי איז ניט די איינציקע צווישן ייִדישע שרײַבער, וואָס האָבן די פּראָבלעם אָפּגעשפּיגלט אין זייערע ווערק. אָבער איך געדענק עס אויך פֿון אונדזער „נאָרמאַלן‟, ניט קיין ליטעראַרישן לעבן.

קודם־כּל, מוז מען זאָגן, אַז די אָפֿיציעלע געבוירן־טעג פֿונעם דור פֿון מײַנע עלטערן האָבן געהאַט אַ קנאַפּן שײַכות צו דער רעאַלער דאַטע פֿון זייער געבוירן ווערן. מע האָט עס פּשוט ניט געוווּסט אָדער, פּינקטלעכער, געוווּסט אַן ערך — אין אַזעלכע טערמינען, ווי „איך בין געבוירן געוואָרן צוויי טעג פֿאַר פּורים‟, אָדער נאָך עפּעס אַזוינס. שפּעטער, ווען ס’איז געקומען די צײַט צו באַקומען נייטיקע דאָקומענטן, האָבן זיי אָנגערופֿן עפּעס אַ טאָג.

אַפֿילו מיטן יאָר איז מען צו מאָל ניט געווען זיכער. מײַן מאַמע ע”ה האָט זיך פּלוצעם געכאַפּט, אַז זי איז אפֿשר געווען מיט אַ פּאָר יאָר עלטער ווי עס איז געשטאַנען געשריבן אין אירע פּאַפּירן. איך האָב אַ שוועסטערקינד, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין נאָוועמבער 1936, אָבער פֿאַרשריבן האָט מען אים — אויף מאַלע וואָס! — אָנהייב יאַנואַר 1937. מײַן עלטערער ברודער ע”ה האָט אויך געהאַט צוויי געבוירן־טעג — אַן אמתן און אַ מאַלע־וואָסיקן.

די באַציִונג צו די אימענינעס איז געווען אַן אייגנאַרטיקע. דער זיידע און די באָבע האָבן עס, אויף וויפֿל איך ווייס, קיין מאָל ניט געפּראַוועט. דער דור פֿון מײַנע עלטערן האָבן דעם מינהג יאָ אָנגענומען, אָבער געטאָן האָט מען עס אויף זייער אופֿן: מען האָט קיינעם ניט פֿאַרבעטן. דאָס הייסט ניט, אַז קיינער פֿלעגט ניט קומען. צוגעגרייט האָט מען מאכלים פֿאַר דער גאַנצער גרויסער משפּחה, וואָס פֿלעגט זיך אַרײַנשטעלן אָן אַ ספּעציעלער פֿאַרבעטונג. אַזאַ שפּיל בײַם פּראַווען אימענינעס האָט מען געהאַלטן פֿאַר אַ ייִדישן אופֿן. פֿאַר וואָס? אויף דער פֿראַגע זאָלן ענטפֿערן אַנטראָפּאָלאָגן. מיר שײַנט, אַז וויכטיק איז געווען עס זאָל אויסזען אַנדערש, ניט אַזוי ווי בײַ די ניט־ייִדישע שכנים. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס די מאכלים זײַנען געווען אַנדערע, די שפּראַך איז געווען אַן אייגענע, און געשיכּורט האָט מען ווייניקער, כאָטש די מלחמה איז פֿאַר די מענער געווען אַ גוטע שול פֿון טרינקען בראָנפֿן.

אַ שאָד, וואָס דאָס וואָרט אימענינעס איז פֿאַרגעסן געוואָרן. שלום־עליכם האָט זיך ניט געשעמט עס צו ניצן אין זײַנע ווערק. אפֿשר אַ פּרוּוו טאָן עס אויפֿצולעבן, צוזאַמען מיט די ווערטער „אימעניניק‟ און „אימעניניצע‟?