ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published July 13, 2015, issue of August 07, 2015.

זשאַן־גבֿריאל דייוויס
Melanie Einzig
זשאַן־גבֿריאל דייוויס

אַ נײַער דאָקומענטאַר: „אויף די אַקסלען פֿון שלום-עליכמען‟

דינסטיק, דעם 7טן יולי, האָט דער יונגער פֿראַנצויזישער ייִדישיסט און רעזשיסאָר, זשאַן־גבֿריאל דייוויס, פּרעזענטירט זײַן פֿילם „אויף די אַקסלען פֿון שלום-עליכמען‟, אינעם וואַרשעווער ייִדישן צענטער אויף דער אַנדערס־גאַס.

דער פֿילם ווײַזט אונדז די הײַנטיקע ייִדישע סבֿיבֿה אין מיזרח־אייראָפּע, דאָס רובֿ יונגע מענטשן, און נישט קיין אינסטיטוציעס. אַ טשיקאַווער שמועס האָט ער געפֿירט מיט דער יונגער וואַרשעווער מאָלערין, זוזאַנאַ זשולקאָווסקאַ. זוזאַנאַס טאַטע- מאַמע האָבן, ווי אַ סך פּוילישע ייִדן, כּמעט פֿאַרשוויגן זייער ייִדישקייט. זי האָט זיך אָבער יאָ אינטערעסירט מיט אירע ייִדישע וואָרצלען. צום באַדויערן, אָבער, דערציילט זי, איז דער זיידע שוין דעמאָלט געווען אויף יענער וועלט. וואָס זשע טוט מען? מען זוכט אַליין די אייגענע וואָרצלען. ס’איז נישט קיין לײַכטע זאַך, זאָגט זי מיט אַ שמייכל.

„מענטשן שטוינען, ווען דו דערציילסט זיי, אַז דו ביסט אַ ייִדיש קינד‟, זאָגט די שיינע מאָלערין. „זיי האָבן מסתּמא געמיינט, אַז ייִדן דערקענט מען גלײַך, און דאָ האָבן זיי גאָרנישט באַמערקט‟, זאָגט זי מיט אַ שטילן הומאָר.

צווישן די יונגע לײַט הערט מען אָפֿט דווקא פֿון די נישט־ייִדן, אַז ייִדיש און די ייִדישע קולטור דאַרף מען אָפּהיטן, ווי אַ טייל פֿון דער פּוילישער קולטורעלער ירושה. אַלעקסאַנדראַ יאַקובטשאַק, למשל, אַ פּויליש מיידל, דערקלערט, אַז פֿאַר איר איז שווער צו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס די יונגע ייִדן האַלטן, אַז העברעיִש איז יאָ וויכטיק, אָבער פֿאַר ייִדיש האָבן זיי נישט קיין דרך־ארץ. „ווען מען וואָלט אומגעבראַכט מײַן באָבע-זיידע, וואָלט איך געוואָלט קענען דווקא די שפּראַך, אויף וועלכער זיי האָבן גערעדט, ייִדיש‟ — זאָגט זי.

דייוויסעס פֿילם דערמאָנט אונדז נאָך אַ מאָל, אַז עס זענען טאַקע מקוים געוואָרן לייוויקס ווערטער, אַז ייִדיש, וואָס איז געווען די שפּראַך פֿון די מאַסן, ווערט די שפּראַך פֿון דער אינטעלקטועלער קינסטלערישער עליטע. אין פּוילן אויך.