ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published July 13, 2015, issue of August 07, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אַ באַרבאַרישע אַקציע אין מיטן וואַרשע

אויב מען מיינט, אַז מיר לעבן שוין אין משיחס צײַטן און דער פֿילאָסעמיטיזם אין פּוילן איז שטאַרקער ווי דער אַנטיסעמיטיזם, קומט עפּעס אַ זאַך וואָס דערמאָנט אונדז, אַז ס’איז נישט אין גאַנצן אַזוי.

דער „פֿאַרבאַנד פֿון די פּוילישע ייִדן‟ שטיצט, כאָטש מאָראַליש, די ייִדישע פּראָגראַם פֿון דער מלוכישער שול 166. די קינדער קענען דאָרט זיך לערנען עבֿרית, ייִדישע געשיכטע, רעליגיע וכדומה, אויף אַ הויכן ניוואָ און אָן שום געלט.

אַ ביסל רעקלאַמע שאַדט נישט. דערפֿאַר געפֿינט איר באַשיידענע מודעות וועגן דער נײַער ייִדישער פּראָגראַם אויף די ווענט פֿונעם פֿאַרבאַנד־בנין אין מיטן וואַרשע.

עמעצער אָבער האָט אַרויסגעריסן די קליינע קעפּעלעך פֿון די ייִדישע קינדער, וואָס זענען געווען אויפֿן אַפֿיש. ווי געזאָגט, אַ דערמאָנונג, אַז מיר האָבן דאָ אין לאַנד נאָך גענוג מענטשן, וואָס האַלטן, אַז ייִדישע קינדער האָבן נישט דאָס רעכט צו לעבן אויף דער דאָזיקער ערד.

פֿוסבאָל: „מכּבי וואַרשע‟ האָט געזיגט „מכּבי קראָקע‟

די באַציִונגען צווישן וואַרשע און קראָקע זענען ענלעך צו די באַציִונגען צווישן תּל-אָבֿיבֿ און ירושלים. ירושלים און קראָקע זענען היסטאָרישע, שיינע, אַלטע שטעט. וואַרשע און תּל־אַבֿיבֿ זענען מער מאָדערן און וואָכעדיק.

ווען עס קומט צו פֿוסבאָל ווײַזט זיך אַרויס, אַז קראָקע דאַרף ממש פֿאַלן כּורעים פֿאַר וואַרשע. אַ ראיה האָט איר: „מכּבי וואַרשע‟ האָט נאָר וואָס געזיגט איבער „מכּבי קראָקע‟ 8 קעגן 0. אין קראָקע זאָגט מען, אַז זייער בעסטער שפּילער, יאַקוב אָדער יעקבֿ טשופּרינסקי, לײַדט פֿון אַ קאָנטוזיע און קען דערווײַל נישט שפּילן. במילא זענען זיי די טעג אַ ביסל שוואַכער.

ביידע צדדים זענען אָבער מסכּים, אַז אין דער אמתן איז דאָס נישט אַזוי וויכטיק, ווער עס האָט געוווּנען. וויכטיק איז דער פֿאַקט, אַז ייִדן שפּילן פֿוסבאָל, טרעפֿן זיך און פֿאַרברענגען אַ זוניקן טאָג אין איינעם.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.