אַ קיבוץ לעבן עזה היילט נאָך אַלץ אויס די וווּנדן

At Kibbutz Near Gaza, Wounds Are Still Healing

נאווה עציון און איר 14־יאָריקער זון טל, כּמעט מיט אַ יאָר נאָך זאבֿ עציונס טויט
נאווה עציון און איר 14־יאָריקער זון טל, כּמעט מיט אַ יאָר נאָך זאבֿ עציונס טויט

פֿון נעמי זעוועלאָף (Forward)

Published July 14, 2015, issue of August 07, 2015.

ווען אַרנון אַבֿני פֿירט די טוריסטן איבערן קיבוץ נירים, שטעלט ער זיך יעדעס מאָל אָפּ אויפֿן וועג צום קליינעם עלעקטרישן טורעם, וואָס שטייט בײַם אָרטיקן קינדערגאָרטן. מיט אַ יאָר צוריק, בעת דער מלחמה איז עזה, האָט זיך דאָרטן אויפֿגעריסן אַ „כאַמאַס‟־ראַקעט. צוויי פֿון זײַנע חבֿרים זענען אומגעקומען, און דער דריטער האָט פֿאַרלוירן ביידע פֿיס.

ווען אַבֿני, דער 62־יאָריקער וואָרטזאָגער פֿונעם קיבוץ, דינט ווי אַ וועגווײַזער פֿון טוריסטישע גרופּעס, וויל ער נישט ברענגען די באַזוכער צו נאָענט צו דעם אָרט, וווּ דער בלוטיקער אינצידענט איז אויסגעבראָכן. שטייענדיק אויף דער גאַס, האָט ער געטײַטלט מיט דער האַנט אויף אַ בלאָנדער לערערקע פֿונעם קינדערגאָרטן — ענת מלמד, די אַלמנה פֿון שחר מלמד, וועלכער איז אומגעקומען בעת דעם ראַקעט־אויפֿרײַס. שפּעטער איז פֿאַרבײַגעפֿאָרן אויף אַ ביציקל אַ ייִנגל, וועלכן אַבֿני האָט צוגערופֿן, און דערקלערט, אַז דאָס איז דער זון פֿון גדי ירקוני — דער אינוואַליד, וועלכן מע האָט געמוזט אַמפּוטירן די פֿיס.

אין נירים וווינען 400 ישׂראלים, בתוכם 100 קינדער. דער קיבוץ איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1946 דורך די סאָציאַליסטישע ציוניסטן, כּדי צו פֿאַרשטאַרקן דאָס ייִדישע אָנוועזנהייט אינעם נגבֿ־ראַיאָן. נאָך דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה פֿונעם יאָר 1948, איז דער קיבוץ אַריבער אויפֿן הײַנטיקן אָרט, ווייניקער ווי 2 מײַל פֿון דער עזה־גרענעץ. אין די לעצטע יאָרן, האָט נירים געליטן פֿון די „כאַמאַס‟־ראַקעטן. פֿונדעסטוועגן, לויט די סאָציאַליסטישע פּרינציפּן פֿון די גרינדער, פֿאַרנעמען אַ סך תּושבֿים פֿון נירים מעסיקע פּראָ־שלומדיקע פּאָזיציעס. ס׳רובֿ אײַנוווינער פֿונעם קיבוץ האָבן הײַיאָר אָפּגעשטימט פֿאַר יצחק הערצאָגס „ציוניסטישער מחנה‟.

די ישׂראלדיקע שוץ־סיסטעם קאָן נישט ראַטעווען נירים פֿון דער ראַקעט־שיסערײַ. נאָך דער וואָרענונג־סירענע, מוזן די קיבוצניקעס זיך אויסבאַהאַלטן פֿונעם אַטאַק במשך פֿון געציילטע סעקונדעס. דער 55־יאָריקער זאבֿ עציון האָט געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַרן זיכערהייט־מצבֿ אינעם קיבוץ, און דער 42־יאָריקער מלמד, דער געוועזענער אָרטיקער זיכערהייט־שעף, האָט אָנגעפֿירט מיט דער איריגאַציע־סיסטעם. דעם 26סטן אויגוסט, האָבן עציון, מלמד און ירקוני געהאָלפֿן די עלעקטריקער צו פֿאַרריכטן דעם היזק פֿון אַ „כאַמאַס‟־ראַקעט, צוליב וועלכער דער קיבוץ איז געבליבן אָן עלעקטרע. דעם זעלבן טאָג, האָט אַן אַנדער ראַקעט אומגעבראַכט עציון אויפֿן אָרט; מלמד איז שפּעטער געשטאָרבן אין אַ שפּיטאָל.

די אַלמנה, נאווה עציון, האָט נישט געגלייבט, אַז אַזאַ גרויסער אומגליק קאָן געשען מיט איר מאַן, אַ געניטער מומחה אין זיכערהייט־ענינים. בעת דער מלחמה, האָט די משפּחה זיך עוואַקויִרט אין משמר־העמק. איר מאַן איז אָבער געבליבן אינעם קיבוץ, כּדי אָפּצוהיטן די תּושבֿים פֿון סכּנה מיט דער הילף פֿון זײַנע צוויי צעל־טעלעפֿאָנען און אַ „פּיידזשער‟. עציון האָט פֿאַראָבֿלט פֿינף קינדער פֿון 12 ביז 23 יאָר.

דער פּלוצעמדיקער טויט פֿונעם זיכערהייט־שעף האָט פֿאַרטרויערט און פֿאַרזאָרגט די קיבוצניקעס. כּל־זמן עציון פֿלעגט פֿאַרזיכערן זייער מצבֿ, האָבן זיי געפֿילט אַ געוויסע „אימוניטעט‟ און געגלייבט, אַז מיט אַזאַ מענטש דאַרף מען נישט מורא האָבן.

איידל רעמער, אַן אַמעריקאַנער־געבוירענע פֿרוי, וואָס וווינט אין נירים זינט די 1970ער יאָרן, האָט דערציילט, אַז עציון האָט באַזוכט איר שטוב מיט עטלעכע שעה פֿאַר זײַן אומקום, ווען אַ ראַקעט האָט געלאַנדט לעבן איר שלאָפֿצימער. הגם קיינער האָט נישט געליטן, האָט זי זיך געלאָזט קיין תּל־אָבֿיבֿ. אויפֿן צווייטן טאָג, האָט זי זיך אומגעקערט אין נירים אויף עציונס לוויה. רעמער האָט מורא, אַז אַחוץ די ראַקעטן, דראָט דעם קיבוץ אַ מעגלעכע סכּנה מצד די „כאַמאַסניקעס‟, וואָס קאָנען אַרײַנדרינגען אין דער געגנט דורך געהיימע טונעלן. זי גלייבט אָבער, אַז כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון ווײַטערדיקע אַטאַקן, מוז מען איבערבויען די צעשטערטע אינפֿראַסטרוקטור אינעם עזה־פּאַס און דערגרייכן אַ לאַנגצײַטיקן אָפּמאַך מיט „כאַמאַס‟. אַדרבה, זי האָט באַמערקט, אַז איר שלאָפֿצימער האָט מען פֿאַרראָכטן במשך פֿון צוויי וואָכן, אָבער אין עזה האָט מען דערווײַל נישט רעמאָנטירט קיין איינציק באָמבאַרדירט הויז.