דער אָפּמאַך מיט איראַן געשלאָסן

Iranian Deal Clinched

די פֿאָרשטייער פֿון איראַן און די זעקס וועלט־כּוחות, נאָכן דערגרייכן דעם היסטאָרישן אָפּמאַך, דעם 14טן יולי, אין ווין
Getty Images
די פֿאָרשטייער פֿון איראַן און די זעקס וועלט־כּוחות, נאָכן דערגרייכן דעם היסטאָרישן אָפּמאַך, דעם 14טן יולי, אין ווין

פֿון „רויטערס‟

Published July 14, 2015, issue of August 07, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

להיפּוך, האָט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, זיך בפֿירוש נעגאַטיוו באַצויגן צו דעם אָפּמאַך. אַדרבה, ער האָט כּסדר געטענהט, אַז די נאָרמאַליזאַציע פֿון באַציִונגען מיט איראַן וועט דערמעגלעכן דער איראַנישער רעגירונג צו שאַפֿן דאָס אַטאָמישע וואָפֿן נאָך גיכער, און צו שטיצן אַגרעסיווע און טעראָריסטישע כּוחות אינעם מיטל־מיזרחדיקן ראַיאָן. סאַודיע, אַן אַנדער סטראַטעגישער פּאַרטנער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן אינעם ראַיאָן, איז אויך פֿאַרזאָרגט וועגן דעם הסכּם.

במשך פֿון די קומענדיקע 60 טעג, קאָן דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס נאָך אָפּוואַרפֿן דעם אָפּמאַך. אין אַזאַ פֿאַל, קאָן אָבאַמאַ אויסנוצן זײַן וועטאָ־רעכט. דער איראַנישער ראַט פֿון נאַציאָנאַלער זיכערהייט וועט אויך באַטראַכטן די תּנאָים פֿונעם הסכּם. אויב זיי קומען אין סתּירה מיט די נאַציאָנאַלע אינטערעסן פֿון איראַן, וועט מען זיי נישט אָננעמען. דער איראַנישער אויסערן־מיניסטער, מאָהאַמאַד דזשאַוואַן זאַריף, גלייבט, אַז דער נײַער אָפּמאַך וועט ווערן אַ היסטאָרישער שליסל־מאָמענט אין דער געשיכטע פֿון זײַן לאַנד.

די איראַנישע רעגירונג באַטאָנט כּסדר, אַז זי האָט נישט קיין פּלענער צו שאַפֿן אַן אטאָם־באָמבע. קיין קאָנקרעטע סימנים פֿון אַ נוקלעאַרער וואָפֿן־פּראָבלעם האָט מען נישט געפֿונען, אָבער די מערבֿדיקע לענדער האָבן מורא, אַז די איראַנישע עקספּערימענטן מיט באַרײַכערטן אוראַניום קאָנען אויסגענוצט ווערן פֿאַר מיליטערישע צוועקן. לויטן נײַעם אָפּמאַך, מעג איראַן ווײַטער פֿירן די עקספּערימענטן במשך פֿון די קומענדיקע 10 יאָר, אָבער טאָר נישט זאַמלען קיין ממשותדיקע סכומען פֿונעם באַרײַכערטן מאַטעריאַל. די אינטערנאַציאָנאַלע נוקלעאַרע אינסטאַנצן האָפֿן צו לייזן אין גיכן זייערע אייגענע סיכסוכים מיט איראַן און אײַנפֿירן אַ געהעריקן קאָנטראָל פֿון די איראַנישע אַטאָמישע פּראָגראַמען.

אויב דער אָפּמאַך וועט אויסגעפֿירט ווערן, קאָן די איראַנישע עקאָנאָמיע שטײַגן אויף 20 פּראָצענט און גורם זײַן דאָס פֿאַלן פֿון די נאַפֿט־פּרײַזן, וועלכע זענען שוין די וואָך געפֿאַלן אויף איין דאָלאַר, ווען דער הסכּם איז געשלאָסן געוואָרן.