נאָכן בית־דין־של־מעלה

After the Verdict of the Heavenly Court

ספּעקטאַקל “באָנציע שווײַג”, קוטשער – דיטער קליינמיכעל, דינסטמויד – מאַריאַנע שטײַנהאַגען
ספּעקטאַקל “באָנציע שווײַג”, קוטשער – דיטער קליינמיכעל, דינסטמויד – מאַריאַנע שטײַנהאַגען

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published July 16, 2015, issue of August 07, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

ס׳פֿאַרשטײט זיך, אַז אַן אמתער דיאַלאָג צװישן פֿאַרשײדענע בוך־טעקסטן האָט גאָרניט צו טאָן מיט פּלאַגיאַט און קאָמפּילאַציע, און טאַקע װאָס העכער איז דער אינטעלעקטועלער ניװאָ פֿונעם אָפּאָנענט אָדער דעם װירטועלן מיטשפּרעכער, אַלץ אינטערעסאַנטער און פֿרישער איז דאָס קינסטלערישע װערק.

צו די־אָ דיאַלאָגן־געדאַנקען האָבן מיך געבראַכט אַ פּאָר גאָר ניט קײן פֿרײלעכע בשׂורות: עס זײַנען אַװעק אין דער אײביקײט צװײ קינסטלער, מיט װעלכע כ’האָב אַ מאָל געאַרבעט איבערן ספּעקטאַקל „באָנציע שװײַג‟ — דער ייִדישער כאָרעאָגראַף שלום זאַלצמאַן און דער דײַטשישער אַקטיאָר דיטער קלײַנמיכעל.

…מיט צװאַנציק יאָר צוריק האָט עפּעס אַ כּוח פֿאַרשפּאַרט מיך אױף אַ מעת־לעת אין מײַן צימער, אַרײַנגעלײגט אַ פּען אין דער האַנט, און ביז װאַנען כ׳האָב ניט אָנגעשריבן ס׳װאָרט „סוף‟, בין איך ניט אױפֿגעשטאַנען פֿונעם בענקל. עס האָט זיך אָנגעשריבן אַ פּיעסע „האַלט דעם זאַק און שיט קאַרטאָפֿליעס‟ (לױטן רעפֿרען פֿון זעליק באַרדיטשעװערס ליד „פֿרײען זיך איז גוט‟), אַ מין דיאַלאָג מיט י. ל. פּרצעס נאָװעלע „באָנציע שװײַג‟. י. ל. פּרצעס דערצײלונג איז אױך אַ קינסטלערישער דיאַלאָג מיט יעקבֿ גאָרדינס דערצײלונג „פּאַנטאָלע פּאַלגע פֿאַרן בית־דין־של־מעלה‟ (געדרוקט דעם 11טן סעפּטעמבער 1881 אין דער „אַרבעטער־צײַטונג‟. דעם מאָנאָ־ספּעקטאַקל „פּאַנטאָלע פּאַלגע‟ האָט געשפּילט דער אַקטיאָר רודאָלף מאַרקס). אַזױ אַרום, איז מײַן פּיעסע געװאָרן אַ קשיא אױף אַ קשיא, און גלײַך געפֿונען אַ „קונה‟ — דער גרינדער פֿון דער ייִדישער צװײַג פֿונעם „ראָק־טעאַטער דרעזדען‟, דעטלעף הוטשענרױטער. איך, פֿון מײַן זײַט, האָב געהאַט נאָר אײן תּנאי — דער כאָרעאָגראַף פֿונעם ספּעקטאַקל זאָל זײַן שלום זאַלצמאַן.

וכך היה… מיר האָבן געאַרבעט אַ חודש צײַט, טאָג און נאַכט; עס האָט זיך געשאַפֿן מער װי אַ קאָלעקטיװ, מיר זײַנען געװאָרן אײן גוף, אײן משפּחה. יעדער אַקטיאָר האָט געשפּילט דרײַ פֿאַרשײדענע ראָלעס. און װען „באָנציעס זון, קוטשער‟ און דער „קטגור פֿון בית־דין־של־מעלה‟ (דיטער קלײַנמיכעל), האָט זיך פֿאַרליבט אין דער „דינסטמױד‟, דעם „באַגרעבערס פֿרױ‟ און „מליץ־יושר‟ (מאַריאַנע פּושט, הײַנט — שטײַנהאַגען), האָבן מיר אַלע פֿאַרשטאַנען, אַז אונדזער טעאַטער־טרופּע איז געװאָרן אַ לעבעדיקער נפֿש, װײַל ליבע איז אַ טײל פֿון דער אמתער קונסט.

אונדזער ספּעקטאַקל האָט באַהאַנדלט נאָר אײן און אײנציקע פֿראַגע, צי איז אַ פֿרישע בולקע מיט פּוטער אַ גערעכטער פּרײַז פֿאַר „שװײַגן‟, דהײַנו: ניט־קעמפֿן פֿאַר דער מענטשלעכער זעלבסטװירדע? מיר האָבן געפֿירט אַ דיאַלאָג מיט גאָרדינען, מיט פּרצן און מיט זיך אַלײן, און געפּרוּװט צו געפֿינען אַן ענטפֿער בײַ דעם צושױער, װײַל דער עולם אין זאַל איז דער העכסטער ריכטער פֿון די קינסטלער; דער צושױער פֿאָדערט בײַ די קינסטלער אָפֿענע הערצער.

דיטער קלײַנמיכעל, אַ װױלע נשמה, האָט זיך אָנגעטאָן אַ מעשׂה. אַ מאָל האָט ער געשפּילט דעם קטיגור פֿון בית־דין־של־מעלה און פֿאַרמישפּט באַנצע שװײַגן צו אַ פֿרישער בולקע מיט פּוטער… שלום זאַלצמאַן, איינער פֿון די לעצטע ייִדישע פֿאָלקס־כאָרעאָגראַפֿן, האָט לאַנגע יאָרן געקעמפֿט מיט געפֿערלעכע קרענק, נאָר קײן מאָל ניט פֿאַרלױרן דעם טעם צום לעבן און שאַפֿן. כּל־זמן די אַקטיאָרן און דער כאָרעאָגראַף פֿון דער ייִדישער טרופּע זײַנען געװען בײַם לעבן, איז נאָך תּמיד געװען אַ האָפֿענונג, אַז ניט הײַנט־מאָרגן װעט אונדז אָנקלינגען אונדזער לײטער, דעטלעף הוטשענרױטער, און מיר װעלן זיך צונױפֿפֿאָרן און אַרבעטן איבער אַ נײַעם ייִדישן פּראָיעקט. איצט קען איך נאָר אָנװינטשן אַ גוטן תּמיד דיר, מײַן לעצטער ייִדישער טעאַטער־אַנסאַמבל…