„רבותי“? „מײַנע דאַמען און הערן“? „חשובֿע פֿרײַנד“?

"Gentlemen"? "Ladies and Gentlemen"? "Dear Friends"?

Yehuda Blum

פֿון הערשל גלעזער

Published July 16, 2015, issue of August 07, 2015.

אין שיל זעט מען אַ סך מאָל דעם אויפֿשריפֿט „דע לפֿני מי אַתּה עומד“, טײַטש „ווייס פֿאַר וועמען דו שטייסט“, דהײַנו, פֿאַרן רבונו־של־עולם. נאָר אַז מע שטייט פֿאַר אַן עולם מענטשן, דאַרף מען אויך וויסן פֿאַר וועמען. איר מעגט דאָס הערן.

כּידוע, האָט ייִדיש אֵַ היפּשע צאָל פּאָרלעך, ווערטער, וואָס זענען צוויי מאָל אַרײַן אין דער שפּראַך און דעריבער זענען זיי געוואָרן באַזונדערע ווערטער. פֿאַראַן אַזעלכע לשון־קודשדיקע: „עליֶה“ — אין שיל אַקעגן „עליַה“ — קיין ישׂראל. פֿאַראַן אויך פֿון דײַטש, אַ שטייגער: „קאָרט“ אויף צו שפּילן אַקעגן „קאַרטע“ ’קאַרטל, מאַפּע‘. דאָס מאָל גייט די רייד וועגן אַן אַנדער פּאָרל, „האַר“ און „הער“. ס׳וואָרט וואַקסט פֿון אַן אַלטדײַטשישן וואָרט פֿאַר „גראָ“, „מיט גראָע האָר“, „אַלט“, פֿ”גל ס’ענגלישע hoary. אויף דײַטש זאָגט מען ביז הײַנט Herr, אויף ייִדיש, אָבער — „האַר“, פּונקט ווי אויף דײַטש איז Herz און אויף מאַמע־לשון — „האַרץ“. אויף דײַטש איז דער רבונו־של־עולם דער Herr, בײַ אונדז אין עלטערן באַניץ — דער האַר. און אין מערבֿ־ייִדיש, ס’אַמאָליקע לשון פֿון ייִדן אין דײַטשלאַנד און אַרום, פֿלעג מען זאָגן „האַרלע“, דעם דימינוטיוו, מיטן טײַטש „זיידע“.

אַקעגן וואָס איז דאָס אַלץ געקומען צו רייד? אין אַ סך קריסטלעכע לשונות ווענדט מען זיך צו גאָט און צו אַ מאַנסביל וואָס מע וויל אים אַרויסווײַזן דרך־ארץ, כּמעט אויפֿן זעלביקן אופֿן: פּויליש Pan, דײַטש Herr, פֿראַנצייזיש Seigneur (צו גאָט)/ Monsieur (צו אַ מאַנסביל; ביידע ווערטער נעמען זיך פֿונעם זעלביקן לאַטײַנישן וואָרט פֿאַר „אַלט“), שפּאַניש Señor (פֿונעם זעלביקן לאַטײַנישן שורש) און נאָך און נאָך.

ייִדיש איז געגאֵַנגען מיט אַן אַנדער וועג: איין ייִד רופֿט מען „רב“ (אַרויסגערעדט /רעב/), אַ גרופּע ייִדן — „רבותי“. די ווערטער נעמען זיך טאַקע פֿונעם זעלביקן שורש וואָס „רבונו“, אָבער די פֿאַרבינדונג איז אַ ווײַטע. חוץ דעם, גייט „רב“ מיטן ערשטן נאָמען, בשעת יענע טיטלען גייען מיטן משפּחה־נאָמען. ס׳ייִדישע „הער“ איז נײַ, האָט נישט קיין טיפֿע וואָרצלען און איז, אויף וויפֿל איך ווייס, גאַנץ זעלטן.

דאָ איז אפֿשר כּדאַי אָנצוּווײַזן, אַז אין מיזרח־אייראָפּע האָבן ייִדן אָנגענומען משפּחה־נעמען זייער שפּעט, מיט קנאַפּע צוויי הונדערט יאָר צוריק, און דעמאָלט בלויז ווײַל מע האָט זיי געצוווּנגען; אין די שטעטלעך האָט מען כּמעט ביז אונדזערע צײַטן זיך באַניצט מיט פּאַטראָנימען און מאַטראָנימען (אַ שטייגער: שלום־עליכמען האָט מען אין שטעטל גערופֿט „שלום נחום וועוויקס“), די משפּחה־נעמען האָט מען קוים געקענט.