דער אַבאָרט

The Abortion

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published July 17, 2015, issue of August 07, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

קיקי האָט געפֿירט אַ כּשר און פֿרום הויז, יעדן שבת געלאָפֿן אין שיל, כאָטש זי האָט זיך נישט אויסגעקענט אויף קיין ייִדישן אות און געהאַלטן דעם מחזור קאַפּויער. זי האָט קיין מאָל נישט געוווּסט, וווּ מ’האַלט. יעדן חודש איז זי געלאָפֿן אין מיקווה, זומער און ווינטער און אין צווישצײַט זײַנען בײַ זיי געבוירן געוואָרן דרײַ ייִנגעלעך.

יעדן שבת צו פֿרי פֿלעגט דאָס בר־מצוה ייִנגעלע אַנטלויפֿן פֿון דער היים, גנבֿענען אַ ראָווער, און הײַדאַ איבער דער ברוקלין־בריק. און איידער וואָס און איידער ווען פֿלעגט די פּאָליציי קלינגען, צום פֿעטער, צום ייִנגערן ברודער הערשלען, הייסט עס, און אָנזאָגן אים די ביטערע בשׂורה, אַז זיי האָבן אַרעסטירט אַ רויט־האָריק ייִנגעלע, וואָס האַלט אין איין וויינען און וויל נישט צוריק אַהיים. פֿלעגט דער ייִנגערער ברודער אָנקלאַפּן אין דער שוועגערינס טיר שבת, און ווען קיקי פֿלעגט עפֿענען, איז ער אַרויס פֿון די כּלים ווי אַ באַנומענער:

„דו ווייסט כאָטש, אַז עס פֿעלט דיר אַ קינד?‟

פֿלעגט זי האָבן איין ענטפֿער דערויף: „ס’איז שבת!‟

האָט זיך אַזוי געמאַכט, אַז דער שמעגעגע פֿון אַ מאַן און טאַטע פֿון אירע קינדער, האָט דעמאָלט געאַרבעט אין אַ פֿירמע, וואָס האָט אויסגעאַרבעט וואַליזקעס. פּלוצים האָט ער באַקומען אַן אַטאַקע פֿון אַ דורכגעלעכערטן מאָגן, נעמלעך אַן „אָלסער‟, און געמוזט אַדורכגיין אַ תיכּפֿדיקע אָפּעראַציע. דאָס ווײַב איז געקומען צו לויפֿן אין שפּיטאָל נישט טויט און נישט לעבעדיק, וואָס וועט זײַן מיט פּרנסה און דירה־געלט, און דערצו האָט זי אים אָנגעזאָגט די ביטערע בשׂורה, אַז זי איז פֿאַרגאַנגען אין טראָגן מיט אַ פֿערט קינד.

האָט ער איר באַפֿוילן אויפֿן אָרט צו מאַכן אַ סוף צו דער שוואַנגערשאַפֿט און דערליידיקן ערגעץ פּטור צו ווערן פֿונעם קינד. דרײַ קינדער איז איבערגענוג. איז זי באַלד אײַנגעגאַנגען דערויף און דערציילט דעם ייִנגערן ברודער, אַז איר קראַנקער מאַן האָט איר געגעבן אַ רשות פּטור צו ווערן פֿונעם נישט־געבוירענעם קינד. ווי נאָר הערשל האָט דערהערט די ביטערע בשׂורה, אַזוי האָט ער ווידעראַמאָל גענומען די זאַך אויף אייגענער אַחריות, און איר אָנגעזאָגט ס’לעבן:

„נישט בײַ מאָטיען, כּל־זמן איך לעב, וועט מען דאָ נישט אַדורכפֿירן קיין מאָרד.‟

זיכער האָט עס געהאַט צו טאָן מיט זײַן אָנווערן דרײַ געשוויסטער, אַ יונג ברודערל און טאַטע־מאַמע אינעם גרויזאַמען חורבן.

און דער אמת איז, אַז דאָס מאָל איז געבוירן געוואָרן אַ מיידעלע, און מען האָט זי גערופֿן מימי. זי איז געווען שיין ווי די וועלט, און אַלץ אין זכות פֿון איר פֿעטער, וועמען די מוטער האָט פֿאַרבאָטן אים צו זען, ווײַל ער איז נישט קיין שומר־שבת. די פּלוניתע האָט דאָס מיידעלע גלײַך גענומען אין די הענט אַרײַן, דערשראָקן זי צום טויט מיט פֿאַנאַטישער פֿרומקייט.

זי האָט פֿון איר טעכטערל געמאַכט אַ צווייטע מכשפֿה, צוגלײַך מיט איר. אויפֿן טויטן־בעט פֿון איר גוטן טאַטן, מאָטלען דעם שמעגעגע, האָט דאָס טעכטערל מיטגענומען מיט זיך אַן אַדוואָקאַט, ער זאָל איבערשרײַבן און דערליידיקן די חשבונות פֿון דער ירושה, און איבערשרײַבן אַלץ אויף איר נאָמען און נישט געבן די ברידער קיין פּרוטה.

דאָס טעכטערל וווינט הײַנט אין כּפֿר־חסידים, וווּ זי האָט געבוירן צען קינדער, און די צען גיבן אַכטונג אויף דער באַלעבאַטישקייט. יעדערער פֿון די ייִנגעלעך לערנט תּורה, יעדערע פֿון די מיידלעך איז אַ גוטע באַלעבאָסטע און שטייט אין שידוכים. וואָס זשע איז דער נימשל פֿון דעם משל? איז דער נימשל אַזאַ: ליבע־שמיבע, גוטס און רשעות, פֿרים־קרים, דער עיקר, פֿרום צי פֿרײַ; זײַ זיך אַליין געטרײַ און דער עיקר, אונטער אַלע אומשטענדן, בלײַב אַ מענטש.