די געבורט פֿון דער טראַגעדיע?

The Birth of a Tragedy?

איראַנישע מתפּללים שרײַען אויס אַנטי־אַמעריקאַנער און אַנטי־ישׂראלדיקער לאָזונגען נאָך די פֿרײַטיקדיקע תּפֿילות, דעם 17טן יולי, טעהעראַן
Getty Images
איראַנישע מתפּללים שרײַען אויס אַנטי־אַמעריקאַנער און אַנטי־ישׂראלדיקער לאָזונגען נאָך די פֿרײַטיקדיקע תּפֿילות, דעם 17טן יולי, טעהעראַן

פֿון עמיל קאַלין

Published July 22, 2015, issue of August 07, 2015.

נישט אומזיסט קערט מען זיך לעצטנס אום צו דער וועלט-פּאָליטיק ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה. מע טוט עס נישט ווײַל זי איז געווען אַן אויסנאַם אָדער אַ איינמאָליקע דערשײַנונג — נאָר פֿאַרקערט; מעגלעך, אַז די געשיכטע חזרט זיך נישט איבער טאַקע בוכשטעבלעך, אָבער כּל-זמן עס גייט די רייד וועגן מענטשן און מענטשלעכער טבֿע, איז די מענטשהייט, ווײַזט אויס, פֿאַרמישפּט צו מאַכן כּמעט די זעלבע גרײַזן ווידער אַ מאָל און אָבער אַ מאָל.

אָט די פּאָליטיק האָט בולט אונטערגעשטראָכן די פּאָליטישע ליניע, וואָס באַגלייט די וועלט, באַזונדערס, די מערבֿ-וועלט: דאָס זוכן צו דערגיין אַ טאָלק, גיין אויף אַ פּשרה פֿאַר יעדן פּרײַז, אַבי ס‘זאָל שטיין אויבן „פּשרה‟; דאָס אויסמײַדן מיליטערישע אַקציעס, קורצזיכטיקייט, נאַיִווקייט, פֿאַרחלומטקייט — לאָמיר מאַכן די וועלט בעסער!

מיר וועלן דאָ ניט באַטראַכטן די פּרטים פֿון דעם הסכּם צווישן דער מערבֿ־וועלט און איראַן. די פּרטים זענען טאַקע וויכטיק און עס איז זיכער, אַז מע קען פֿאַרגיסן טײַכן טינט מיט אַלערליי אַרגומענטן „פֿאַר‟ און „קעגן‟. עס דאַכט זיך אָבער, אַז אין דער שׂימחה צוליב דעם הסכּם, ווערט פֿאַרשוווּנדן איין „קליינע‟ פּראָבלעם: דער מערבֿ זעט אין איראַן אַ שותּף צום העלפֿן אים סטאַביליזירן דעם מצבֿ אינעם וואַקלדיקן ראַיאָן פֿון מיטל־מיזרח. דווקא דאָ ליגט באַגראָבן דער גרויסער טעות, ווײַל איראַן גופֿא איז אַ טייל פֿון דער פּראָבלעם, און נישט די לייזונג.

אַז מע שרײַבט אונטער אַ הסכּם, דאַרף מען, קודם־כּל, נעמען אין באַטראַכט, מיט וועמען האָט מען דאָ צו טאָן. יעדער הסכּם קען זײַן גוט אָדער שלעכט, עס ווענדט זיך אין די כּוונות; אויב דער צווייטער צד האָט בייזע כּוונות און זוכט דערמיט אָפּצונאַרן און אונטערצוגראָבן — איז דער הסכּם אַ שלעכטער.

דער הסכּם מיט איראַן איז שלעכט, ווײַל איראַן שפּילט אַ צעשטערערישע ראָלע אין דער געגנט; טעהעראַן איז אַ באַשטאַנדטייל פֿון דעם אָנגייענדיקן סיכסוך אין סיריע, איראַק, תּימן און אויך בײַ אונדז — אין עזה-פּאַס. טאַקע דאָס האָט געמיינט נתניהוס בקשה: צונויפֿקניפּן דעם הסכּם וועגן דעם נוקלעאַרן פּראָיעקט מיטן אויפֿהערן אונטערצינדן דעם מיטל-מיזרח. די אָפּרופֿן צו אַזאַ פֿאָדערונג זענען געווען אָפּלאַכעריש; מע האָט באַהאַנדלט די בקשה מיט שפּאָט, ווי זי וואָלט נישט געהאַט קיין שײַכות מיט דער ווירקלעכקייט.

דער הויפּט־געדאַנק, וואָס שטייט הינטער דעם הסכּם, איז די האָפֿענונג אָדער דער גלויבן, אַז דערמיט וועט מען אויסמײַדן אַ מלחמה אין דעם ראַיאָן. אָבאַמאַ אַליין האָט אויסגעדרוקט אַזאַ געדאַנק. הערנדיק אַזעלכע ווערטער, איז שווער צו פֿאַרשטיין, וואָס צו טאָן פֿריִער — וויינען אָדער לאַכן.

ערשטנס, קען מען נישט אויסמײַדן אַ מלחמה, וואָס גייט שוין אָן אַ היפּשע צײַט — אין סיריע, אין לבֿנון, איראַק און תּימן. די וועלט־מלחמה איז בחזקת שריר וקיים. מע רופֿט זי פּשוט נישט אַזוי, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס זי טראָגט אַלע אייגנשאַפֿטן פֿון אַ וועלט־מלחמה. מעגלעך, ווײַל זי קומט נישט פֿאָר אין אייראָפּע — אַ קאָנטינענט, וואָס האָט אַ נייגונג זיך צו זען ווי אַ „גאַנצע וועלט‟.

דער הסכּם וועט נאָך שטאַרקער צעבלאָזן דאָס פֿײַער אין דעם ראַיאָן, נישט אים אויסלעשן. די טראַגעדיע קלאַפּט אין דער טיר.

אַסאַד און „כעזבאָלאַ‟ האָבן שוין, מיט רעכט, באַגריסט דאָס אונטערגעשריבענע: דאָס מאַכן לויזער די עקאָנאָמישע באַלאַגערונג פֿון איראַן איז גוטע נײַעס פֿאַר איראַנס עקאָנאָמיע, ווײַל עס וועט נאָך גרעסער ווערן דער שטראָם פֿון געווער. די גאָלף-מדינות, סאַודיע און טערקײַ, וועלן אויך נישט קאַרגן מיט געלט, און ווײַטער „שמירן‟ די רעדער פֿון די רעבעלן. אַזוי, וועט די מלחמה ווערן מעכטיקער, בלוטיקער, און די צאָל אומגעקומענע וועט שטײַגן.

טערקײַ האָט טאַקע באַגריסט דעם הסכּם, נאָר גלײַך מרמז געווען, אַז זי גייט אויך לאַנצירן איר אייגענעם נוקלעאַרן פּראָיעקט, פֿאַר „ציווילע‟ צוועקן, פֿאַרשטייט זיך. עגיפּטן האָט עס אויך באַגריסט, און אין צווישן אַרבעט קאַיִר מיט מיט מאָסקווע איבער נאָך אַ „ציווילן‟ נוקלעאַרן פּראָיעקט.

סאַודיע, פֿון איר זײַט, האָט שוין קלאָר געשטעלט מיט אַ יאָר צוריק: אַן איראַנישע באָמבע וועט באַקומען איין ענטפֿער — אַ סאַודישע באָמבע; און טאַקע: אין דעם פּאַראַד, וואָס איז פֿאָרגעקומען לעבן דער איראַקישער גרענעץ — אַ קלאָר אָנצוהערעניש פֿאַר די איראַנישע אויערן — האָט מען אויסגעשטעלט פֿאַרן עולם אַ באַליסטישן ראַקעט, פֿאַבריצירט אין כינע, וואָס איז מסוגל צו טראָגן אַ „נוקלעאַרן שפּיץ‟. און וועמען האָט מען געקאָנט זען זיצן אויף דער טריבונע אויבן אָן? דעם פּאַקיסטאַנער שעף פֿון שטאַב, וואָס האָט געזאָלט הייסן: די ראַקעטע האָט מען שוין, און איך וועל זיי באַזאָרגן מיטן „נוקלעאַרן שפּיץ‟. די סאַודן זענען דאָך געהיים פֿינאַנצירט דעם פּאַקיסטאַנישן נוקלעאַרן פּראָיעקט נאָך זינט די 1970ער יאָרן.

עס איז אמת, אַז איראַן באַדראָט ישׂראל אויף טריט און שריט. עס זענען נישט פֿאַראַן פֿיל בײַשפּילן פֿון אַ מדינה, וואָס אַ צווייטע מדינה זאָל איר דראָען אַזוי אָפֿן מיט פֿאַרניכטונג. פֿון איין זײַט, ווערט ישׂראל אָנגענומען ווי אַ גלײַך־באַרעכטיקטער מיטגליד אין דער „יו־ען‟, און פֿון דער אַנדערער זײַט, נעמט די „יו־ען‟ אָן באַשלוסן, צו שטיצן דעם הסכּם מיט איראַן, וואָס דראָט דער זיכערהייט פֿון ישׂראל.

דאַרף מען נאָך פֿרעגן, צי דער הסכּם צווישן דער מערבֿ־וועלט און איראַן איז גוט צי נישט גוט פֿאַר ייִדן?