פֿון וואַנען וועט קומען די ישועה?

Waiting for the Redemption

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published July 24, 2015, issue of August 21, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

זי שלעפּט אים אין קלויסטער, און וואָס מער זי שלעפּט אים, אַלץ מער האָט ער אַ ווידערווילן דערצו. ער רעדט וועגן זײַן זיידנס היים, די היימישקייט, די ייִדישקייט, די יום־טובֿדיקייט וואָס גייען לאיבוד, דאָס גאַנצט פּעקל ייִדישקייט ווערט פֿאַרפֿאַלן מיט אים צוזאַמען.

זי איז פֿון פֿאַך אַן אַדוואָקאַטקע, קיין געלט פֿעלט נישט, זי וויל קינדער. דאָ וועקט ער זיך איבער, אויב שוין יאָ קינדער, ווער וועלן זיי זײַן, אַז ער הייבט נישט אָן צו וויסן ווער ער אַליין איז? וועלן די קינדער זײַן ייִדן אָדער גוייִם? דאָס ווײַבל וויינט ווײַל זי ווייסט אויך נישט, זי ווייסט נאָר איין זאַך: די קריסטלעכע עלטערן, דער גלח און די קירכע. דאָרט פֿילט זי זיך אין דער היים.

אָט דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן. דער ייִד איז אויסגעוועפּט און אויסגעוואָרצלט פֿון זײַן אמונה, דאָס ווײַב, שלאָגט שוין אָן די פֿערציקער, זי וויל קינדער. וואָס מער זי פֿאָדערט אויפֿצושטעלן אַ משפּחה, אַלץ מער פֿעלט אים אויס אויף וואָס צו בויען זייער משפּחה־לעבן. ביידע זײַנען אומגליקלעך.

ביידע פּאָרפֿעלקער טרינקען, רעדן אַ וווּלגאַר לשון ענגליש ווײַל דאָס איז אין דער מאָדע, מען ליבט זיך פֿאַר אַלעמען אין די אויגן, ווײַל אַזוי איז שוין אָנגענומען אין אַמעריקע.

איר פֿאַרשטייט וואָס דאָ קומט פֿאָר? זײַן משפּחה־לעבן איז נישט מער ווי אַ קליאַטקע, אַ גאָלדענע שטײַג, אויסגעליידיקט פֿון אַלע ייִדישע טראַדיציעס, פֿאַרווײַטערט פֿון טאַטע־מאַמע, באָבע־זיידע, משפּחה, קרובֿים, מ’איז אַליין. בלויז דער ייִד גייט אַדורך אַן איבערברוך, ער קען זיך נישט קיין אָרט געפֿינען אין דער דאָזיקער אָפּגעשײַטער וועלט, ער זוכט אַן אינהאַלט אין לעבן, ס’איז אים ענג די פּוסטקייט, דאָס עם־ארצות, דאָס נישט וויסן ווער און וואָס ער איז און ס’שטעכט אים דער האָבער — די רעליגיע. ער וויל אין עפּעס גלייבן און ווייסט נישט ווי אַזוי.

קוקן מיר זיך אַרום, ליבע לייענער, און דערשפּירן די איינזאַמקייט נישט נאָר בײַם עלטערן דור, וואָס איז אָפּגעשײַדט פֿון די קינדער און אייניקלעך, נאָר די קינדער און אייניקלעך אַליין, וואָס וואַקסן אויס אָפּגעפֿרעמדט, ווער זײַנען זיי? פֿאַר וואָס קען מען מיט זיי נישט רעדן? פֿאַר וואָס אינטערעסירט זיי נישט די ייִדישע וועלט? בעת די עלטערן זײַנען צו פֿאַרטאָן אין זייער הו־האַ לעבן, זייערע פֿאַרדינסטן, אין זייערע לוקסוס־הײַזער און אויטאָמאָבילן, אין זייערע פֿאַרגעניגנס, נישטאָ קיין צײַט אַ טראַכט צו טאָן אין ווער זיי זײַנען, פֿון וואַנען און פֿון וועמען זיי שטאַמען, אויפֿגעכאָוועט געוואָרן אין ראָסקאָש, פּרעגלט זיך זייער וועלט אין פּוסטקייט, מעכאַנישע שפּילעכלעך, אָנגעוווירן דעם פֿאָדעם וואָס בינדט זיי מיט זייער פֿאָלק, מיט עטישע און אידעאָלאָגישע פֿעדעם, און דער עיקר, האָבן זיי אָנגעוווירן וואָס מען רופֿט בײַ אונדז די „ייִדישע ווערטן‟.

דאַכט זיך, די בינע איז דאָס ריכטיקע אָרט ווו מ’קען אַזוי רעאַליסטיש באַווײַזן דעם קרומען שפּיגל מיט וועלכן אונדזער ייִנגערער דור שטיקט זיך, אויב זיי דערשפּירן זייער הזיק. די הײַנטיקע וועלט וואַרט אויף אַ ישועה. צום באַדויערן איז די טעמע אַ הײַנטיקע; די איינציקע זאַך וואָס בײַט זיך איז די צײַט. מיר דערקענען נישט די וועלט פֿון טאָג צו טאָג. לאָמיר האָפֿן, אַז ס’וועט אויף אונדז קומען די ישועה און אונדז אויסלייזן פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער ווירקלעכקייט.