אַ רעפֿאָרמער ראַבינער־שול אין מיזרח־אייראָפּע

A Reform Rabbinical School in Eastern Europe

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published July 29, 2015, issue of August 21, 2015.

ד״ר לעאָניד קאַציס, ד״ר ען־מאַרגערעט ברענקער, ראַבינער ד״ר וואַלטער האָמאָלקע און ד״ר אַלעקס קאַגאַן ווײַזן דעם צערטיפֿיקאַט פֿונעם „מאָסקווער אוניווערסיטעט פֿאַר הומאַניטאַרע לימודים‟ צו שאַפֿן די ראַבינער־שול
Credit: World Union for Progressive Judaism
ד״ר לעאָניד קאַציס, ד״ר ען־מאַרגערעט ברענקער, ראַבינער ד״ר וואַלטער האָמאָלקע און ד״ר אַלעקס קאַגאַן ווײַזן דעם צערטיפֿיקאַט פֿונעם „מאָסקווער אוניווערסיטעט פֿאַר הומאַניטאַרע לימודים‟ צו שאַפֿן די ראַבינער־שול

„דער אַלוועלטלעכער פֿאַראיין פֿאַר פּראָגרעסיווער ייִדישקייט‟, די דאַך־אָרגאַניזאַציע, וואָס שטעלט פֿאָר די אינטערעסן פֿון דער רעפֿאָרם־ און „רעניועל‟־באַוועגונגען אין איבער 42 לענדער, האָט לעצטנס אַנאָנסירט, אַז מע וועט צום ערשטן מאָל עפֿענען אַ רעפֿאָרמער ראַבינער־שול אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. דער „מכון ראַבינער־פֿירערשאַפֿט אינסטיטוט‟ וועט אָנהייבן לערנען אירע ערשטע זיבן סטודענטן דעם קומענדיקן סעפּטעמבער. דער אינסטיטוט איז אַ צוזאַמענאַרבעט פֿון דער „שול פֿאַר ייִדישער טעאָלאָגיע‟ בײַם פּאָטסדאַמער אוניווערסיטעט (דײַטשלאַנד), „דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט פֿאַר הומאַניטאַרע לימודים‟ און דעם „אַבֿרהם גײַגער־קאָלעדזש‟, אַ רעפֿאָרמער ראַבינער־שול בײַם פּאָטסדאַמער אוניווערסיטעט.

„מיר האָבן אַ מאַנגל אין רוסיש־רעדנדיקע ראַבינער און נייטיקן זיך אין מער‟, האָט דערקלערט ד׳׳ר אַלעקס קאַגאַן, וואָס דינט שוין 14 יאָר ווי דער דירעקטאָר פֿונעם „אַלוועלטלעכן פֿאַראיין פֿאַר פּראָגרעסיווער ייִדישקייט‟ אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟. „אַז מע האָט פֿריִער געדאַרפֿט טרענירן ראַבינער, האָבן מיר געשיקט די סטודענטן קיין דײַטשלאַנד, צו לערנען אין ׳גײַגער־קאָלעדזש׳ אָדער אַזש קיין לאָנדאָן. די צרה איז געווען, אַז געוויסע פֿון זיי זענען ניט צוריקגעקומען‟.

לויט אַ באַריכט פֿונעם „פֿאַראיין פֿאַר פּראָגרעסיווער ייִדישקייט‟ זענען הײַנט אינעם גאַנצן געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד בלויז פֿאַראַן זעקס רוסיש־רעדנדיקע רעפֿאָרמער ראַבינער. מיטן אויפֿקום פֿונעם נײַעם אינסטיטוט האָפֿט דער פֿאַראיין, אַז מע וועט אין אַ פּאָר יאָר אַרום קענען געבן סמיכה דרײַ אָדער פֿיר ראַבינער יעדעס יאָר.

ד״ר קאַגאַן האָט דערקלערט, אַז די רעפֿאָרמער ייִדן אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָבן שוין יאָ אַן איין־יאָריקע פּראָגראַם, וואָס לערנט ייִדישע כּלל־טוער ווי אַזוי צו דינען דער ייִדישער קהילה און דערלייזן פֿאַרשידענע פּראָבלעמען. צוליב דעם צווווּקס פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג דאָרטן אין די לעצטע יאָרן, אָבער, איז די פּראָגראַם ווײַט ניט געווען גענוג. „מיר האָבן זיך שטאַרק גענייטיקט אין אונדזער אייגענער ראַבינער־שול. מיר האָבן פֿריִער ניט געקענט עפֿענען אַן אייגענע שול, ווײַל מיר האָבן ניט געהאַט דעם פּאַסיקן אינפֿראַסטרוקטור. במשך פֿון די לעצטע פֿינף יאָר, אָבער, האָבן מיר געעפֿנט אונדזערע אייגענע קהילה־צענטערס אין גרויסע שטעט אַזוי ווי מאָסקווע, פּעטערסבורג און קיִעוו. דערפֿאַר זענען די באַדינגונגען גינציקער אויף דעם און מיר האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז מיר קענען איצט דערלייזן די פּראָבלעם פֿון ניט האָבן גענוג רוסיש־רעדנדיקע ראַבינער‟.

אויף דער פֿראַגע, מיט וואָס די נײַע סמיכה־פּראָגראַם וועט זיך פֿונאַנדערשיידן פֿון די רבנות־פּראָגראַמען, וואָס עקזיסטירן שוין אין מיזרח־אייראָפּע, האָט ד״ר קאַגאַן דערקלערט, אַז די קלאַסן ווערן געלערנט אויף אַ מער אַקאַדעמישן אופֿן און אַז די סטודענטן וועלן זיך לערנען אַנדערע לימודים ווי די, וואָס מע לערנט אין אַ טראַדיציאָנעלן בית־מדרש. די סטודענטן וועלן שטודירן סך־הכּל 6 יאָר. במשך פֿון די ערשטע פֿיר יאָר, וואָס זענען דער עקוויוואַלענט פֿון ביז־גראַדויִר שטודיעס, וועלן זיי זיך פֿאַרטיפֿן זייער קענטעניש פֿון העברעיִש, הלכה, און דער ייִדישער געשיכטע. אינעם ערשטן יאָר וועלן זיי זיך לערנען אין אַ קאָנסערוואַטיווער ישיבֿה אין ישׂראל, צוזאַמען מיט דײַטשישע סטודענטן פֿון „גײַגער־קאָלעדזש‟. נאָך פֿיר יאָר וועלן די סטודענטן באַקומען זייער באַקאַלאַווראַט, און אויב זיי גייען אָן ווײַטער, וועלן זיי זיך לערנען נאָך צוויי יאָר אין דײַטשלאַנד, אָדער אויף סמיכה בײַם „גײַגער קאָלעדזש‟ אָדער אין דער דאָרטיקער „שול פֿאַר ייִדישער טעאָלאָגיע‟ אויף אַ מאַגיסטער אין ייִדישע שטודיעס. (די וואָס ווערן ראַבינער באַקומען, צוזאַמען מיט דער סמיכה, אויך אַ מאַגיסטער־דיפּלאָם).

ס׳רובֿ סטודענטן וועלן קומען פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אַן ערך 50% פֿון די סטודענטן וועלן זײַן מענער און אַן ערך 50% — פֿרויען. מע האָט אָבער נאָך ניט אויסגעקליבן אַלע סטודענטן.

די צוקונפֿטדיקע ראַבינערס און ראַבינערטעס וועלן האָבן אַ סך אַרבעט צוליב דעם, וואָס די פּראָגרעסיווע ייִדישע באַוועגונגען בכלל, און די רעפֿאָרם־באַוועגונג בפֿרט, ווערן אַלץ גרעסער יעדעס יאָר. לויט דער סטאַטיסטיק פֿונעם וועבזײַטל פֿונעם „פֿאַראיין פֿאַר פּראָגרעסיווער ייִדישקייט‟ געהערן העכער 60 סינאַגאָגעס צו דער באַוועגונג מיזרח־אייראָפּע. די רעפֿאָרמער ייִדן פֿירן אויך אָן מיט קינדערגערטנער און זונטיק־שולן און פּראָגראַמען פֿאַר דערוואַקסענע. זייער יונגט־באַוועגונג, „נצר עלמי‟, איז די גרעסטע צווישן אַלע ייִדישע יונגט־באַוועגונגען אין מיזרח־אייראָפּע און ציט צו העכער 1,000 קינדער יעדעס יאָר צו אירע זומער־קאָלאָניעס.

ד״ר קאַגאַן האָט דערקלערט, אַז ד רעפֿאָרם־באַוועגונג אין אַזוי פּאָפּולער אין מיזרח־אייראָפּע צוליב דעם, וואָס זי איז „זייער אָפֿן און שטעלט צו זייער אַ ליבעראַל ייִדיש לעבן. עס ציט צו זייער אַ סך יונגעלײַט, ווײַל די אידעאָלאָגיע רעדט צו זיי און מיר זענען אָפֿן פֿאַר זיי, ניט געקוקט אויף זייער הינטערגרונט. מיר זעען ניט קיין אונטערשייד צווישן מענער און פֿרויען. אין אונדזערע שילן זיצן צוזאַמען גאַנצע משפּחות. מיר האָבן ראַבענירטעס און שטיצן גלײַכע רעכט פֿאַר מענער און פֿרויען. מיר זענען אָפֿן פֿאַר משפּחות, וואָס באַשטייען פֿון ייִדן און ניט־ייִדן. מיר זענען אַ מאָדערנע קהילה און דערפֿאַר קלײַבן אונדז טאַקע אויס די יונגע מענטשן, ווײַל זיי פֿאַרשטיין, אַז דאָס איז די ווירקלעכקייט, און מענטשן דאַרפֿן לעבן מיט די צײַטן. מיר קענען ניט בלײַבן שטעקן אין דער רעליגיע פֿון 2,000 יאָר צוריק‟.