אַפֿילו עבֿרית האָט געמוזט נעמען פֿון דער פֿרעמד

Even Hebrew Had to Borrow from Other Languages

Yehuda Blum

פֿון הערשל גלעזער

Published July 30, 2015, issue of August 21, 2015.

מיט אַ צײַט צוריק האָבן מיר אַרומגערעדט דעם ענין, פֿאַר וואָס עבֿרית איז נישט קיין ייִדיש לשון אין דעם זינען ווי ס’זענען עס די לשונות וואָס זענען באֵשאַפֿן געוואָרן אין גלות. אין שײַכות מיטן „להבֿדיל־לשון“ האָבן מיר געזען, אַז נישט־געקוקט דערויף, וואָס אַזוי פֿיל פֿונעם להבֿדיל־לשון שפּאַרט זיך אָן אויפֿן לשון־קודש־קאָמפּאָנענט, איז אויף לשון־קודש שווער אַרויסצוברענגען דעם חילוק.

וואָס זענען די קאָמפּאָנענטן פֿון עבֿרית? אין פֿלוג קען זיך דאַכטן, אַז בשעת ייִדיש איז אֵ שמעלצשפּראַך, מיט פֿאַרשיידענע קאָמפּאָנענטן, איז, אָבער, עבֿרית די ריינקייט אַליין, וווּ אַלץ נעמט זיך פֿון איין מקור. נו, וואָלט אַפֿילו געקענט געמאָלט זײַן אַ ריין לשון, פֿרײַ פֿון קיין שום השפּעות פֿון דער פֿרעמד, וואָלט עבֿרית נישט געווען אַזוינס.

כּידוע איז מיט אַ פּאָר טויזנט יאָר קריק עבֿרית געווען דאָס גערעדטע לשון פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. מיט דער צײַט איז עס, אָבער, אַרויס פֿון באַניץ, איז ס’גערעדטע לשון פֿון ארץ־ישׂראל געוואָרן אַרמיש. הייסט עס, אַז דעם תּנך האָט מען געשריבן אויפֿן דעמאָלטיקן עבֿרית (און די גמרא אויף אַרמיש) נישט ווײַל די לשונות זענען געווען הייליק, נאָר פֿאַרקערט, ווײַל זיי זענען דווקא געווען די רעדשפּראַכן פֿון יענע צײַטן. און ווי אַלע גערעדטע לשונות זענען זיי מושפּע געוואָרן פֿון זייער אַרום. עבֿרית האָט געשעפּט פֿון אַרמיש, פֿון אַכּדיש, פֿון גרעקיש, פֿון פּערסיש נאָך איידער כּמעט אַלע ייִדן זענען אַוועק אין גלות. שפּעטער האָבן ייִדן נישט נאָר באַשאַפֿן נײַע לשונות, נאָר אין לשון־קודש גופֿא האָבן זיי אויך אַרײַנגענומען ווערטער און פֿאָרמעס פֿונעם רעד־לשון. דאָס וואָס ס’לשון איז דעמאָלט שוין געווען פֿאַררעכנט פֿאַר הייליק הייסט נישט, אַז סאיז געשטאַנען אויף איין אָרט, אין גאַנצן זיך נישט אַנטוויקלט.

הייסט עס, אַז נאָך העט ווען זענען אַרײַן אין עבֿרית ווערטער פֿון דער פֿרעמד, וואָס טייל דערפֿון זענען דערגאַנגען צון אונדז: אַ שטייגער, די גרעקיש־שטאַמיקע „אַפּיקורס“, „(אַ)פּותּיקי“ און „אַפּוטרופּוס“.

אַפֿילו ווערטער וואָס זעען אויס היימיש קענען אַ מאָל זײַן געקומענע פֿון דער פֿרעמד. אָט נעמט ס’וואָרט „מרכּז“ ‘צענטער’, וואָס איז זייער פֿאַרשפּרייט אין ישׂראל און אויך באַליבט בײַ ליבאַוויטשער חסידים דאָ אין אַמעריקע. ס’איז אַ לײַוואָרט פֿון אַראַביש, און אַזוי ווי דער מם איז אַ פּרעפֿיקס, נעמט זיך עס פֿונעם שורש ר־כ־ז, אַיאָ? לויטן עטימאָלאָגישן ווערטערבוך פֿון עבֿרית איז די מעשׂה אַ פֿאַרקערטע: פֿריִער איז געווען „מרכּז“, ערשט דערנאָכדעם האָט מען פֿון אים קריקגעפֿורעמט אַ שורש ר־כ־ז.