מײַן הספּד פֿאַר טעאָדאָר ביקעל

My Eulogy for Theodore Bikel

די מחברטע מיט טעאָדאָר ביקעל, אויף דער עפֿענונג פֿון דער מוזיקאַלישער פּיעסע „לידער פֿון גן־עדן‟, 1989
די מחברטע מיט טעאָדאָר ביקעל, אויף דער עפֿענונג פֿון דער מוזיקאַלישער פּיעסע „לידער פֿון גן־עדן‟, 1989

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published July 31, 2015, issue of August 21, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

און דאָ האָט זיך טעאָדאָר ביקעל אַרײַנגעלייגט מיט לײַב־און־לעבן אין דעם סיכסוך. ביקעל איז אין יענער צײַט געווען דער פֿאָרזיצער פֿון „עקוויטי‟ (ענגלישער אַקטיאָרן־פֿאַראיין). ער האָט גערופֿן אַ זיצונג מיט יוסף פּאַפּן, סימאָר רעכצײַטן, בערנאַרד סאַוער, דוד קענער און אַבֿי האָפֿמאַן. מ’האָט זיך געאַמפּערט אַהין און אַהער. עס איז, אַ פּנים, בלויז געגאַנגען אין זייער חודשלעכן (dues) אָפּצאָל. איז מען געקומען צו אַ פּשרה, דער ענגלישער יוניאָן „עקוויטי‟ וועט זיי געבן צוויי פּראָצענט פֿון דעם געהאַלט, וואָס זיי באַקומען אין „פּאַבליק טעאַטער‟. דערווײַל האָבן זיך די ייִדישע אַקטיאָרן מיט מזל דאָראָבעט צו אַ מיטגליד־קאַרטל פֿון „עקוויטי‟, וואָס אַנערקענט זיי סײַ ווי ייִדישע און סײַ ווי ענגלישע אַקטיאָרן. ביקעל האָט עס פֿאַרהאַנדלט און געראַטעוועט די פּיעסע.

אַ טײַערער ייִד געווען ביקעל. איך האָב אפֿילו געקענט זײַן פֿעטער שלמה ביקל און געלייענט זײַן ייִדישע ליטעראַטור־קריטיק. ביקעל איז געבוירן געוואָרן טעאָדאָר מאיר ביקעל, אינעם אַמאָליקן וועלט־ און קולטור־צענטער — די שטאָט ווין, עסטרײַך, דעם צווייטן מײַ, 1924, און איז געשטאָרבן הײַנטיקס יאָר צו איין און נײַנציק יאָר.

ביקעל איז אויסגעוואַקסן אַ העכסט באַגאַבטער פֿילם־ און בינע־אַקטיאָר, מוזיקער, פֿאָלקס־זינגער, קאָמפּאָזיטאָר און אַן אַקטיווער יוניאָן־מענטש. געלערנט דראַמאַטישע קונסט אין דער בריטישער קעניגלעכער אַקאַדעמיע אין לאָנדאָן. מיט איין וואָרט, ער איז נישט געווען קיין טשיפּע זיבעלע, נאָר אַן אויסגעשולטער, פֿאַראַנטוואָרטלעכער, העכסט באַגאַבטער קינסטלער, געשפּילט אין הונדערטער פּיעסעס, צענדליקער פֿילמען אָבער ווײַטער געבליבן אונדזערס אַ מענטש. ער האָט געזונגען ייִדישע לידער, וווּ עס האָט זיך נאָר געלאָזט. דער חבֿרהמאַן איז ממש געווען פֿאַרליבט אין מאַמע־לשון.

איך האָב זיך באַקענט מיט אים נאָך דער פֿאָרשטעלונג פֿון „די גאָלדענע יאַטן‟, אין גאַרדעראָב־צימער אונטער די קוליסן. ער איז געווען פּשוט, איידל און אַ צוגעלאָזענער פּאַן־בראַט. מיר האָבן גערעדט וועגן דער צוקונפֿט פֿון ייִדישן טעאַטער, פֿון ייִדיש, פֿון ייִדישן פֿאָלק, פֿון דער מדינה, וווּ ער איז געווען בײַם מעמד פֿון אונדזער ווידערגעבורט און מקום־מקלט נאָכן חורבן.

ביקעל איז געווען אַרײַנגעטאָן אין אַלץ, וואָס האָט געאָטעמט מיט דער ייִדישער קולטור און זיך שטאַרק געזאָרגט וועגן אַלץ וואָס האָט געאָטעמט מיטן ייִדישן קיום.

זיי פֿעלן אונדז אויס די אַמאָליקע גרויסע ייִדישע טאַלאַנטן און קינסטלער; זייערע רייען ווערן וואָס אַמאָל שיטערער. ביקעל האָט זיך געזאָרגט, ווער וועט איבערנעמען? זײַן ייִדיש איז געווען פֿאָלקסטימלעך, זאַפֿטיק. זײַנע אויפֿטריטן אין פֿאַרשידענע ייִדישע קהילות מיט זײַן גיטאַרע און מיט זײַן ייִדישן ליד, סײַ דאָ אין לאַנד און סײַ איבער דער וועלט, האָבן אים דערנענטערט צום ייִדישן מהות.

מיר טרויערן אויף זײַן פֿרישן קבֿר, ער וועט אונדז שטאַרק אויספֿעלן. איך האָף אַז מ’האָט מיט אים מיטגעשיקט אויף יענער וועלט זײַן גיטאַרע, ער זאָל דאָרט קענען אויפֿלעבן זײַן ייִדישע לידער־גערעטעניש, זײַן פֿאָלקסטימלעכע פֿאַרווײַלונג אין טאָל פֿון מלא נשמות, וואָס לעכצן נאָך זײַן זיס קול אין כבֿיכולס באַלעבאַטישקייט, און אַרײַנברענגען אַ מעסטל יום־טובֿ אין די הימליש־פֿאַרשלאָפֿענע וואָלקנס אויף יענער זײַט דאָרטן. עליו השלום! ברוך דיין אמת!