באַבעלס עטנישע אידענטיטעט

Babel's Ethnic Identity

איסאַק באַבעל
איסאַק באַבעל

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published August 04, 2015, issue of August 21, 2015.

וועגן איסאַק באַבעלן (1894—1940) האָב איך שוין ניט איין מאָל געשריבן. בפֿרט נאָך אַז איך האָב זיך געהאַט אָנגעשטויסן אויף אייניקע אינטערעסאַנטע אַרכיוון־מאַטעריאַלן, וואָס האָבן אַ דירעקטן שײַכות צום לעבן פֿון דעם דאָזיקן רוסיש־שפּראַכיקן אוניקאַלן מײַסטער פֿון ליטעראַרישן וואַרט.

אמת, קיין באַבעל־פֿאָרשער בין איך ניט, און מיט אַ יאָר צוריק האָב איך געפֿונען אַ תּירוץ — דער עיקר פֿאַר זיך אַליין — ניט צו פֿאָרן אויף אַ קאָנפֿערענץ, געווידמעט דעם 120סטן יוביליי פֿונעם שרײַבער. ערשטנס, האָב איך ניט געהאַט — און האָב נאָך אַלץ ניט — גענוג נײַע „סחורה‟, און צווייטנס, בין איך ניט געווען גרייט ווידער אַ מאָל זיך באַטייליקן אין דעם אין־סופֿיקן שמועס אויף דער טעמע, צי איסאַק באַבעל איז געווען אַ ייִדישער שרײַבער, צי ניט.

אַגבֿ, איך האָב ניט דערקלערט ווער באַבעל איז געווען און וואָס ער האָט געשריבן, האַלטנדיק אַז דעם „פֿאָרווערטס‟־עולם איז עס גוט באַוווּסט. און אַז ס׳איז אויך באַקאַנט דער טראַגישער סוף פֿון זײַן לעבן; ניט געקוקט אויף זײַן פּאָפּולערקייט און זײַן געטרײַקייט דער סאָוועטישער מאַכט, האָט מען אים לסוף אַרעסטירט און אומגעבראַכט ווי אַ „שׂונא פֿון פֿאָלק‟. אין די הויכע סאָוועטישע פֿענצטער איז, אַ פּנים, באַשלאָסן געוואָרן, אַז ער האָט געשטערט דעם רעזשים.

נאָר אין דער צווייטער העלפֿט פֿון די 1950ער יאָרן האָט זײַן נאָמען אָנגעהויבן זיך ווידער באַווײַזן אין דער סאָוועטישער פּרעסע און זײַנע ווערק האָבן ווידער באַקומען אַ צוטריט צום לייענער. אייניקע זײַנע ווערק קען מען לייענען אויף ייִדיש. אַ באַנד דערציילונגען, „די געשיכטע פֿון מײַן טויבנשלאַק‟, איבערגעזעצט דורך גיטל מײַזיל, געפֿינט זיך אויף דער וועבזײַט פֿון ייִדישן ביכער־צענטער.

דאָ וויל איך גלײַך זאָגן, און ניט צום ערשטן מאָל, אַז — ניט געקוקט אויף פֿילצאָליקע ייִדישע טעמעס און העלדן אין באַבעלס ווערק, האַלט איך אים ניט פֿאַר קיין „ייִדישן שרײַבער‟. פֿאַר וואָס? קודם־כּל, ווײַל ער האָט זיך אַליין בלי־ספֿק געהאַלטן פֿאַר אַ רוסישן פּען־מענטשן. זײַנע ווערק האָט ער געשאַפֿן פֿאַרן רוסישן לייענער. מע קען, פֿאַרשטייט זיך, טענהן, אַז רוסיש־שפּראַכיקע ייִדן האָבן תּמיד געלייענט אים זייער זשאַדנע. דאָך זײַנען זיי, די ייִדן, געווען און בלײַבן נאָר אַ טייל, און דווקא אַ קלענערער, פֿון באַבעלס לייענערשאַפֿט.

אין דעם זין לאָזט זיך ניט באַבעל צו באַקומען אַן אָרט אין דער זעלבער קאַטעגאָריע, ווי יצחק באַשעוויס־זינגער אָדער שלום אַש, וואָס האָבן געהאַט אַ ברייטן עולם לייענער אויף ענגליש. אָבער זייערע לייענער זײַנען געווען, דער עיקר, ייִדן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס געשריבן האָבן זיי אויף ייִדיש. דערפֿאַר בלײַבן זיי באַרעכטיקט אין דער ליטעראַטור־געשיכטע ווי ייִדישע מחברים.

הקיצור, בלײַבט עס פֿאַר מיר אַן אַקסיאָמאַטישער אמת, אַז באַבעל איז ניט קיין ייִדישער שרײַבער. אָבער ער בלײַבט אין דער זעלבער צײַט, פֿאַרשטייט זיך, געוואַלדיק אינטערעסאַנט און וויכטיק פֿאַר דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור־געשיכטע, ווײַל זײַן לעבן, שאַפֿן און עזבֿון האָבן באַזונדערס בולט אָפּגעשפּיגלט די פּראָבלעם פֿון אַ ייִדן אין דער רוסיש־שפּראַכיקער קולטור.

באַבעל האָט געמאַכט די ערשטע טריט אין דער רוסישער ליטעראַטור אין דער צײַט, ווען מע האָט אָפֿט און אַ סך גערעדט — און ניט בלויז אין אויסגעשפּראָכן אַנטיסעמיטישע קרײַזן — אַז אַ ייִד איז פּשוט ניט פֿעיִק צו ווערן אַן עכטער רוסישער שרײַבער. זײַן צי איר נשמה איז, כּלומרשט, געווען פֿון אַן אַנדער טייג געקנאָטן, דערפֿאַר איז אין זײַן צי איר רוסיש פּשוט איבעריק געווען צו דערוואַרטן די נייטיקע רוסישע קינסטלערישע אויטענטישקייט.

איך האָב זיך אומגעקערט צו דער אומאויסשעפּלעכער טעמע פֿון באַבעלן צוליב אַ מתּנה, וועלכע עס האָט מיר געבראַכט די פּאָסט — דוד ראָזענסאָנס בוך, אויף רוסיש, „באַבעל: אַ מענטש און אַ פּאַראַדאָקס‟. כ׳האָב אַ כּלל, בײַ וועלכן איך סטאַרע זיך האַלטן, דהײַנו: ניט צו שרײַבן רעצענזיעס אויף די ביכער, וואָס איך באַקום ווי מתּנות. אַזוי אַז ס’איז ניט קיין רעצענזיע. בפֿרט נאָך אַז דאָס בוך איז ניט אין גאַנצן אַקאַדעמיש, הגם אַן אַקאַדעמיקער קען אין אים געפֿינען ניט ווייניק אינטערעסאַנטס און ניצלעכס.

אָבער צו איין זאַך וועל איך זיך פֿון דעסטוועגן „צוטשעפּען‟: צו דער פֿראַגע פֿון באַבעלס ייִדישקייט. וועגן דעם איז אין דעם בוך אַ סך אָנגעשריבן. דער מחבר האַלט, אַז באַבעל איז „שטעקן געבליבן‟ צווישן די צוויי וועלטן — דער ייִדישער און דער רוסישער און אַז ער איז „געקומען צום טראַגישן סוף פֿון זײַן לעבן אי ווי אַ ייִד אי ווי אַ ניט־ייִד — און גלײַכצײַטיק ניט דער און ניט יענער‟.

און דאָ בין איך לחלוטין ניט מסכּים מיט דוד ראָזענסאָנען. פּונקט אַזוי ווי איך בין זיכער, אַז באַבעל איז ניט געווען קיין ייִדישער שרײַבער, בין איך זיכער אַז ער איז געווען אַ ייִד. אַנדערש וואָלטן מיר געמוזט טענהן, אַז — אַ שטייגער — אַבֿרהם קאַהאַן, דער לעגענדאַרער רעדאַקטאָר, פֿון „פֿאָרווערטס‟, איז נאָר „טיילווײַז‟ געווען אַ ייִד. און אַלבערט אײַנשטיין האָט אין זיך אויך געטראָגן סײַ ייִדישקייט סײַ גוייִשקייט. און זאבֿ זשאַבאָטינסקי האָט אויך געהאַט דעם רוסישן נאָמען וולאַדימיר און איז געווען אַ מײַסטער פֿון רוסישן וואָרט. און אַזוי ווײַטער.

לויט מײַן דעפֿיניציע פֿון ייִדישקייט, מוז מען האַלטן אַ ייִד פֿאַר אַ ייִדן, כּל־זמן ער שעמט זיך ניט מיט זײַן ייִדישקייט. אַלע אַנדערע דיפֿיניציעס פֿון ייִדישקייט זײַנען פֿאַרפֿירעריש און האָבן אַ ווערט נאָר אין אַ געוויסן קרײַז מענטשן. און באַבעל האָט זיך קיין מאָל ניט געשעמט צו זײַן אַ ייִד, אַפֿילו ווען ער האָט זיך אויף אַ ווײַלע פֿאַרבאַהאַלטן אונטער אַ רוסישן נאָמען.