די אַטמאָספֿער אין ירושלים אַרום דעם גאווה-פּאַראַד

Jerusalem's Attitude Towards the Pride Parade

אַ טייל פֿונעם עולם אויפֿן ירושלימער „גאווה‟־פּאַראַד, דעם 30סטן יולי
Getty Images
אַ טייל פֿונעם עולם אויפֿן ירושלימער „גאווה‟־פּאַראַד, דעם 30סטן יולי

פֿון עמיל קאַלין

Published August 06, 2015, issue of August 21, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

אין ישׂראל ווערט אַלץ דערגרייכט מיט שווייס, צרות און גרויסע שטרויכלונגען.

דעריבער טאַקע האָב איך שטענדיק געהאַט וואַרעמע געפֿילן צום גאווה-פּאַראַד אין ירושלים. ווער עס וויל דערטאַפּן דעם היגן און אייגענעם זאָל גיין קיין ירושלים. מעגלעך איז די ווירקלעכקייט נישט אַזוי גוט אויסגעשטעלט און לײַכט ווי זי קוקט אויס אין תּל־אָבֿיבֿ אָבער מע טאָר זיך נישט לאָזן פֿאַרבלענדן און פֿאַרטויבט ווערן פֿון די נאַקעטע טענצער און הויכער מוזיק. דאָס איז אַ קרומער שפּיגל, וואָס מע האָט געשטעלט צוליב קאָמערציעלע אינטערעסן.

דער פּאַראַד אין ירושלים איז נאַך אַלץ אַ קליינע, אַ באַשיידענע. נישטאָ די שמאָלע, פֿאַרביקע קליידער, נישטאָ די הויכע מוזיק.

די באַטייליקטע אינעם ירושלימער פּאַראַד, כאָטש אויפֿן פּאַראַד אין וועלכער איך האָב זיך באַטייליקט, זענען קומען פֿון די רײַכע, וועלטלעכע טיילן פֿון דער שטאָט.

עס נעמען אָנטייל פּראָפֿעסאָרן פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, פּאָליטישע אַקטיוויסטן, איבערהויפּט פֿון לינקע פּאַרטייען, געוועזענע חסידים, חבֿרה וואָס זענען פֿאַר דער לעגאַליזאַציע פֿון נאַרקאָטיק, סתּם טשודאַקן, און וועלטלעכע ייִדן, וואָס מאַרשירן כּדי צו קעמפֿן פֿאַר אַ פֿרײַען, טאָלעראַנטן און אָפֿענעם ירושלים.

דער פּאַראַד ווערט פֿאַרשטאַנען ווי אַ סאָרט אויסדרוק פֿון אַ פֿרײַער, ליבעראַלער ירושלים און נישט בלויז אַן עסק פֿון אַ סעקסועלער נייגונג.

מע מאַרשירט אין צענטער-שטאָט, מער-ווייניקער אויפֿן זעלבן מאַרשרוט: פֿונעם „אומאָפּהענגיקייט-גאָרטן‟ ביז דעם „גלאָק-גאָרטן‟ — אַ מהלך פֿון בערך צוואַנציק מינוט. אַלץ ווערט באַוואַכט פֿון אַ סך פּאָליציאַנטן, אַ דערמאָנונג וויפֿל פּולווער שטעקט אין דעם לכאורה פּשוטן פּאַראַד, פֿאַר דער הייליקער שטאָט.

די שטאָט איז, ווי באַוווּסט, באַוווינט פֿון פֿאַרשידנאַרטיקע באַפֿעלקערונגען, צווישן זיי — צוויי וואָס זייער פּאָליטיק שטעלט זיך שאַרף קעגן האָמאָסעקסואַליטעט; נישט נאָר אין וואָס שייך געזעצלעכע רעכט נאָר אויכעט קעגן דער סעקסועלער אידענטיטעט אַליין און איר גלײַכבאַרעכטיקייט.

די אַראַבישע באַפֿעלקערונג מישט זיך נישט אין די כּמעט יערלעכע אומרוען, ווײַל דער פּאַראַד מאַרשירט „בײַ די ייִדן‟, אָבער מע טאָר נישט פֿאַרגעסן די אַלגעמיינע שטימונג קעגן דער דערשײַנונג אין דער אַראַבישער וועלט.