נישטאָ קיין ייִדישע שפּור אין ווערטער פֿון פֿינאַנץ

No Yiddish Trace in Words about Finance

Yehuda Blum

פֿון הערשל גלעזער

Published August 09, 2015, issue of September 04, 2015.

ווי מיר ווייסן, האָבן ייִדן שוין לאַנג אַ שם, אַז זיי זענען אַרײַנגעטאָן אין געלט. די היסטאָרישע סיבות דערפֿון זענען נישט קיין סוד: אין גלות האָט די מאַכט, ספּעציעל דער קלויסטער, נישט געוואָלט, אַז קריסטן זאָלן לײַען געלט, האָט מען געזען, אַז לײַען זאָלן ייִדן.

מיט דער צײַט האָט מען אָנגעהויבן האָבן טענות צו ייִדן פֿאַר וואָס זיי אֵרבעטן נישט, נאָר פֿאַרנעמען זיך בלויז מיט געלט. ווי פֿלעג זאָגן מײַנער אַ באַקאַנטער: מע האָט אונדז אָפּגעשניטן די רעכטע האַנט, האָט מען שוין טענות, פֿאַר וואָס מיר שפּילן בלויז מוזיק פֿאַר דער לינקער האַנט… איז אויב ייִדן זענען פֿאַראינטערעסירט נאָר מיט געלט, הייסט עס, אַז פֿון אונדז נעמען זיך ווערטער פֿאַר געלט?

ניין, די כּלל־אייראָפּעיִשע עקאָנאָמישע און פֿינאַנציעלע טערמינאָלאָגיע האָט מיט ייִדן נישט קיין שום שײַכות. פֿאַרקערט, כאָטש לײַען געלט האָבן אין פֿאַרשיידענע תּקופֿות געמעגט נאָר ייִדן, האָבן זיך ייִדן אויסגעלערנט די מאָדערנע באַנקירערײַ דווקא בײַ אַנדערע. אויב קיין פּוילן, אַ שטייגער, האָט מען פֿאַרבעטן ייִדן, צום טייל, צוליב זייער קענטעניש פֿון געלט, האָט מען זיי אַוודאי נישט געדאַרפֿט האָבן אין מערבֿ־אייראָפּע, וווּ די גרויסע פֿינאַנציסטן פֿון דער רענעסאַנס־תּקופֿה זענען גאָר געווען איטאַליענער. אַזאַ שטאָט ווי ווענעציע, וואָס איז אין יענער צײַט געווען אַ מלוכה פֿאַר זיך, האָט געפֿירט די גרענדע איבער אַ היפּשן טייל פֿון דער וועלט. איז נישט קיין וווּנדער, וואָס פֿון זיי שטאַמען אַ סך שייכדיקע ווערטער.

ס’וואָרט „געלט“ וואַקסט פֿונעם וואָרט „גאָלד“. ענלעך איז אויף פּויליש: złoto איז „גאָלד“, זייער וואַלוטע איז złoty, אויף מאַמע־לשון „גילדן“, אויך פֿון „גאָלד“. סײַ „גאָלד“, סײַ złoto נעמען זיך פֿונעם זעלביקן אינדאָאייראָפּעיִשן שורש. דאָס עבֿריתּישע „כּסף“, ווי אויך ס’פֿראַנצייזישע argent, ביידע טײַטש „געלט“, זענען קודם־כּל טײַטש „זילבער“. ס’פּוילישע pieniądze „געלט“ איז אַ קרובֿ פֿונעם ענגלישן pound און פֿונעם דײַטשישן Pfennig, וואָס ביידע זענען לײַווערטער פֿון לאַטײַן.

ס’וואָרט „באַנק“ האָט אַן אינטערעסאַנטע געשיכטע. אויף ייִדיש זיצט מען דאָך אויף אַ באַנק; אויף דײַטשיש זיצט מען אויך אויף אַ Bank. ס’וואָרט איז פֿון דײַטשיש אַרײַן אין פֿראַנצייזיש (banc), איטאַליעניש (banco) אאַז״וו. בײַ די איטאַליענער האָט מען אַריבערגעטראָגן ס’וואָרט אויף דער באַנק, וווּ ס’פֿלעגן זיצן חלפֿנים, אָדער אויפֿן טיש — וווּ זיי פֿלעגן אַרבעטן. מיט דער צײַט איז פֿון די חלפֿנים אַרויסגעוואַקסן די אינסטיטוציע וואָס לײַט געלט, ד״ה, אַ באַנק. פֿון „באַנק“ נעמט זיך אויך „באַנקראָט“ און „באַנקראָטירן“, פֿונעם איטאַליענישן banca rotta ‘צעבראָכענע באַנק’. אויף מאַמע־לשון זענען דאָ אַ גרעסערע צאָל סינאָנימען, למשל: אָנזעצן, שטעלן זיך, מאַכן קוממיות (ד״ה, שטעלן זיך אויף די הינטערשטע פֿיס, אַזוי ווי אַ פֿערד). אין מערבֿדיקן ייִדיש (פֿון דײַטשלאַנד און אַרום) האָט מען געזאָגט „מאַכן פּליטה“, וואָס אין אונדזער ייִדיש איז עס טײַטש „אַנטלויפֿן“.

נאָך אַן עיקרדיק וואָרט איז „אינטערעס“, וואָס אויף לאַטײַניש איז געווען טײַטש „ס’איז וויכטיק“. דורך פֿראַנצייזיש איז ס’וואָרט אַרײַן אין אַ סך אייראָפּעיִשע שפּראַכן. אינעם „גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך“ גיט מען אָן די הײַנטצײַטיקע טײַטשן: „גרייטקייט אויפֿצונעמען; דאָס וואָס ס’איז ניצלעך; חלק אין אַ געשעפֿט; עסק, ענין“. אויף ענגליש איז ס’וואָרט interest טײַטש, צווישן אַנדערן, „פּראָצענטגעלט“; אויף פּויליש זענען interesy „געשעפֿטן“.

טענות צו ייִדן צוליב זייער כּלומרשיקער געלטגײַציקייט האָט פּאַראָדירט דער גרויסער סאַטיריקער יוסף טונקל (דער טונקעלער) אין זײַן „קאָן: אַן אַנטיסעמיטישער רעפֿעראַט“ (Kon איז דער פּוילישער אויסלייג פֿון דער פֿאַמיליע „כּהן“). לויטן רעדנער איז קלאָר, אַז ייִדן זענען געלטגײַציק, ווײַל אַזוי פֿיל פֿינאַנציעלע טערמינען האָבן אין זיך „קאָן“: קאָנקורענץ, קאָנסאָלידאַציע, קאָנצעסיע, קאָנטע, קאָנטראָל, קאָנטראַבאַנדע. אין דער אמתן, פֿאַרשטייט זיך, נעמען זיך די אַלע ווערטער פֿון לאַטײַן.

איז אויב מע וועט אַ מאָל לאָזן פֿאַלן אַ וואָרט וועגן ייִדן און געלט, קענט איר אָנווײַזן אויף די אַלע דאָ דערמאָנטע פֿאַקטן און אויספֿירן, אַז אין געלט זענען אַ סך מער אַרײַנגעטאָן די אַלטע רוימער, די איטאַליענער און די פֿראַנצויזן. אָט האָסטו דיר!