סטאַלינס פּאַראַנויע, אָדער עפּעס אַנדערש?

Stalin's Paranoia, or Something Else?

פֿון רעכטס: פֿעפֿער, קאַץ, לינאַ שטערן, בנציון גאָלדבערג, זוסקין און קוויטקאָ, מאָסקווע, 1946
פֿון רעכטס: פֿעפֿער, קאַץ, לינאַ שטערן, בנציון גאָלדבערג, זוסקין און קוויטקאָ, מאָסקווע, 1946

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published August 11, 2015, issue of September 04, 2015.

איך פּרוּוו זיך דערמאָנען, ווען איך האָב צום ערשטן מאָל זיך דערוווּסט וועגן דעם 12טן אויגוסט 1952 — איך מיין די עקזעקוציע פֿון ייִדישע שרײַבער און אַנדערע טוער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. אַגבֿ, ווי איך האָב שוין געשריבן, איז מיר ניט צום האַרצן דער טערמין, וואָס עמעצער האָט צוגעטראַכט: Night of the Murdered Poets. אין יענעם טאָג זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן דרײַצן מענטשן, אָבער נאָר פֿינף פֿון זיי זײַנען געווען שרײַבער: דוד בערגעלסאָן, פּרץ מאַרקיש, איציק פֿעפֿער, לייב קוויטקאָ און דוד האָפֿשטיין. דער ברייט־אונטערגעכאַפּטער באַגריף — „די נאַכט פֿון דערמאָרדעטע דיכטער‟, פֿאַרוואַנדלט די איבעריקע אַכט קרבנות אין צווייט־ראַנגיקע פֿיגורן. דאָס איז ניט ריכטיק היסטאָריש און איז פּשוט ניט מענטשלעך.

אָבער — ווידער אַ מאָל: ווען האָב איך זיך דערוווּסט פֿון אָט דער טראַגעדיע? דאָס איז גאָר ניט קיין קלאָץ־קשיא, מחמת אין דער סאָוועטישער מעדיאַ האָט מען דעם 12טן אויגוסט און, בכלל, דעם ענין פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט קיין מאָל ניט דערמאָנט. די אַלץ־אַרומכאַפּנדיקע סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדע האָט פֿון דער אָפֿיציעלער געשיכטע אויסגעמעקט די דאָזיקע אינפֿאָרמאַציע. מע האָט יאָ צו מאָל, בדרך־כּלל, ביז די מיט־1960ער יאָרן, דערמאָנט דעם טראַגישן סוף פֿון דעם אָדער יענעם שרײַבער; אָבער אונטערגעטראָגן פֿלעגט עס ווערן ניט ווי אַ באַזונדערע, ספּעציעל געצילטע גזירה קעגן די ייִדישע קולטור־טוער, נאָר אין דעם אַלגעמיינעם קאָנטעקסט פֿון סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס.

קוקנדיק צוריק, בין איך כּמעט זיכער, אַז דער קוואַל פֿון אָט דער אינפֿאָרמאַציע איז געווען מײַן טאַטע, וואָס האָט אין די לעצטע צוועלף יאָר פֿון זײַן לעבן זיך ניט אָפּגעריסן פֿון דעם קליינעם ראַדיאָ, וועלכן מע האָט אים געקויפֿט ווי אַ מתּנה צו זײַן 60סטן געבוירן־טאָג. געהערט האָט ער כּלערליי אויסלענדישע סטאַנציעס, אָבער קודם־כּל די ייִדישע אוידיציעס פֿון „קול־ישׂראל‟. דער גורל פֿון סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען אַ וויכטיקע טעמע פֿון די ראַדיאָ־פּראָגראַמען. אין אויסלענדישע ייִדישע קולטור־קרײַזן האָט מען די דאַטע פֿון 12טן אויגוסט רעגולער אָפּגעמערקט.

אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז נאָר סוף 1989 אָפֿיציעל אָנערקענט געוואָרן, אַז דער ענין פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט האָט טאַקע עקזיסטירט. דעמאָלט, ווען דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אַליין איז פֿאַרבליבן צו זשיפּען אין גאַנצן איין יאָר, האָט אַן אָפֿיציעלע אויסגאַבע פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי פֿאַרעפֿנטלעכט אייניקע אַנטפּלעקנדיקע אַרכיוון־דאָקומענטן. די דאָזיקע פּובליקאַציע האָט דערלויבט אַנדערע סאָוועטישע צײַטשריפֿטן, אַרײַנגערעכנט דעם מאָסקווער ייִדישן זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, זיך ווענדן צו אָט דער טעמע. אַ סך מאַטעריאַלן וועגן די אומגעבראַכטע שרײַבער האָט צוגעגרייט חיים ביידער, דער פֿאַרטרעטער פֿון דעם הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד‟.