האָט מענגעלע געענדערט אירע גענען?

Did Mengele Alter Her Genes?

עוואַ קאָר און איר זון, אַלעקס, לעבן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון איר, גלײַך נאָך דער באַפֿרײַונג פֿון אוישוויץ אין 1945
Courtesy of Eva Kor
עוואַ קאָר און איר זון, אַלעקס, לעבן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון איר, גלײַך נאָך דער באַפֿרײַונג פֿון אוישוויץ אין 1945

פֿון אַלעקסאַנדראַ לעווין (Forward)

Published August 11, 2015, issue of September 04, 2015.

דער חורבן האָט געביטן עוואַ קאָרס גוף אויף אַן אופֿן, וואָס זי פֿאַרשטייט נאָך אַלץ נישט.

ווען זי איז געווען 10 יאָר אַלט, האָבן זי און איר צווילינג־שוועסטער מרים — אין איינעם מיט 1,500 אַנדערע צווילינג־פּאָרן — געדינט ווי די אָביעקטן פֿון עקספּערימענטן אין די הענט פֿון ד״ר יאָזעף מענגעלע, אַ נאַצי־דאָקטער, וואָס האָט אויסגעניצט צווילינגען אין אוישוויץ אַזוי ווי די וויסנשאַפֿטלער ניצן הײַנט שטשורן: געמאָסטן זייער וואָג און הייך; געגעבן זיי אײַנשפּריצונגען, אָפּערירט אויף זיי און אַפֿילו צוגענייט איינעם צום צווייטן, כּדי אויסצוגעפֿינען, ווי אַזוי מע קען ענדערן די מענטשלעכע גענען און דערבײַ פּראָדוצירן אַן אַרישע ראַסע.

די צווילינג־שוועסטער האָבן אָבער בכלל נישט געוווּסט, וואָס מענגעלע האָט אַרײַנגעשפּריצט אין זייערע אָדערן, און זיי האָבן זיך קיין מאָל נישט נאָכגעפֿרעגט.

ווען עוואַ איז געווען אין אירע 20ער, האָט זי צוויי מאָל געמפּלט און דערנאָך — צוויי מאָל שווער געטראָגן. אין אירע 60ער האָט זיך בײַ איר אַנטוויקלט טובערקאָלאָז, און אַן אינפֿעקציע אויפֿן דרויסנדיקן שיכט פֿונעם האַרץ; און אין אירע 70ער האָט זי באַקומען עאָסינאָפֿיליע — אַן אויטאָ־אימון־קראַנקייט, ענלעך צו לייקעמיע. הײַנט איז זי 81 יאָר אַלט און זוכט ענטפֿערס.

עוואַ און מרים, די איינציקע לעבן־געבליבענע פֿון זייער רומעניש־ייִדישער משפּחה, האָבן פֿאַרבראַכט איין יאָר אין אוישוויץ, פֿאַרשפּאַרט אין אַן ענג אָרט מיט 200־300 אַנדערע צווילינגען.

געוויסע טעג האָט מען זיי געהאַלטן אין אַ צימער מיט 30־40 אַנדערע צווילינגען, נאַקעטערהייט, בעת מענגעלע און זײַנע קאָלעגעס האָבן געמאָסטן יעדן אבֿר בײַ זיי: דרײַ שעה לאַנג, למשל, האָבן זיי שטודירט אַן אויערלעפּל; פֿיר שעה לאַנג — אַן אָרעם, כּדי צו דערגיין ווי נאָענט זענען די יונגע אַרעסטאַנטן צום נאַצישן אַריאַנישן אידעאַל.

עוואַ האָט דערציילט, אַז יעדן דינסטיק, דאָנערשטיק און שבת האָט מען זיי געשיקט אין דער „בלוט־לאַבאָראַטאָריע‟, וווּ זי האָט באַקומען צווישן 1—5 אײַנשפּריצונגען. „מ׳האָט געזאָגט, אַז מע שפּריצט אין אונדז אַרײַן באַקטעריע, קראַנקייטן און מעדיקאַמענטן, אָבער ביזן הײַנטיקן טאָג ווייסן מיר נישט וואָס ס׳איז געווען אין יענע אײַנשפּריצונגען,‟ האָט עוואַ געזאָגט.

נאָך איינער פֿון יענע סעסיעס האָט עוואַ באַקומען אַ הויכן פֿיבער, אירע אָרעמס און פֿיס זענען געשוואָלן געוואָרן און רויטע פֿלעקן האָבן זיך באַוויזן איבערן גאַנצן לײַב. דאָס צווייטע מאָל, וואָס מע האָט זי געבראַכט אין דער „בלוט־לאַבאָראַטאָריע‟, האָבן מענגעלעס קאָלעגעס זי איבערגעשיקט אין אַ שפּיטאָל אין אַ צווייטן באַראַק, וואָס יעדער האָט געוווּסט, אַז פֿון דאָרטן קומט מען שוין נישט צוריק.

מענגעלע און פֿיר אַנדערע דאָקטוירים זענען געקומען זען די 10־יאָריקע עוואַ. „ער האָט מיך אַפֿילו נישט אונטערגעזוכט; בלויז אַ קוק געטאָרן אויף מײַן טאַבעלע און, לאַכנדיק, געזאָגט: ׳אַ שאָד, וואָס זי וועט נישט לעבן מער ווי צוויי וואָכן׳.‟

„איך האָב געוווּסט, אַז ער איז גערעכט, און כ׳האָב אָפּגעמאַכט בײַ זיך, אַז איך וועל דווקא נישט שטאַרבן,‟ האָט עוואַ דערקלערט. „צוויי וואָכן לאַנג בין איך ממש געקראָכן אויף אַלע פֿיר, ווײַל כ׳האָב נישט געקענט גיין, און ס׳רובֿ פֿון דער צײַט בין איך נישט געווען בײַם באַוווּסטזײַן.‟

מיט צוויי וואָכן שפּעטער איז די היץ אָבער געפֿאַלן און זי האָט זיך צו־ביסלעך אויסגעהיילט.

עוואַ האָט שפּעטער געקלערט, אַז אפֿשר האָט מען זי געהאַט אָנגעשטעקט מיט פֿלעק־טיפֿוס — אַ מגפֿה, וואָס איז געווען גאַנץ פֿאַרשפּרייט אינעם לאַגער. אויב זי און איר שוועסטער וואָלטן געהאַט מער אינפֿאָרמאַציע וועגן מענגעלעס עקספּערימענטן, וואָלט מען אפֿשר געקאָנט ראַטעווען מרים, וועלכע איז געשטאָרבן פֿון אַ נירן־קראַנקייט אין 1993. אירע נירן זענען אויפֿן גאַנצן לעבן פֿאַרבליבן די גרייס פֿון די נירן פֿון אַ 10־יאָריק מיידעלע.

במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿיר יאָר באַמיט זיך עוואַ אויסצוגעפֿינען, וואָס איז געשען מיט איר גוף אין אוישוויץ. אין 1991 איז זי געפֿאָרן מיט מרים און דרײַ אַנדערע צווילינגען קיין גינזבערג, דײַטשלאַנד, וווּ מענגעלע איז דערצויגן געוואָרן, און וווּ זײַן משפּחה האָט פֿאַרמאָגט אַ פֿאַבריק פֿון פֿאַרם־אויסשטאַטונג. „איך האָב געוואָלט רעדן מיטן דירעקטאָר פֿון דער פֿאַבריק, אָבער מע האָט אונדז געוואָרנט, אַז ער וואָלט אָנגעשיקט זײַנע הינט אויף אונדז.‟

מיט 10 יאָר שפּעטער האָט זי אַליין אָנגעהויבן זוכן די דאָקומענטן. כאָטש די נאַציס זענען געווען טרויעריק באַרימט פֿאַרן האַלטן פּינקטלעכע רעקאָרדן פֿון זייער גאַנצער אָפּעראַציע פֿון דער „לעצטער לייזונג‟, זענען פֿאַרבליבן אין אוישוויץ בלויז 10—15 פּראָצענט פֿון די נאַצי־דאָקומענטן, ווײַל די נאַציס האָבן נאָענט צום סוף פֿון דער מלחמה צעשטערט אַ סך פֿון דער דאָקומענטאַציע פֿון זייערע פֿאַרברעכנס.

עוואַ האָט זיך אָבער נישט אונטערגעגעבן. „וואָלט מענגעלע טאַקע צעשטערט דעם ריזיקן פּראָיעקט, מיט וועלכן ער האָט אָנגעפֿירט?” האָט זי געזאָגט. „בפֿירוש נישט! און אויב ער האָט עס נישט צעשטערט, מוז עס ערגעץ זײַן. די פֿראַגע איז נאָר: וווּ?‟

עוואַ האָט לעצטנס געדינט ווי אַן עדות אינעם מישפּט פֿונעם 94־יאָריקן אָסקאַר גרענינג, דער „בוכהאַלטער פֿון אוישוויץ‟, וואָס מע האָט אים דערקלערט שולדיק אין קאָלאַבאָרירן בײַם אומברענגען 300,000 מענטשן אינעם לאַגער; ער איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו פֿיר יאָר תּפֿיסה. זי האָט אים טאַקע אויסגעפֿרעגט וועגן מענגעלע, אָבער אײַנגעזען, אַז ער האָט גאָרנישט געוווּסט וועגן די עקספּערמינענטן.

עוואַ זאָרגט זיך נישט דווקא וועגן איר אייגענעם געזונט, נאָר וועגן דעם געזונט־מצבֿ פֿון אירע קינדער. איר זון, אַלעקס, למשל, האָט צו 26 יאָר באַקומען אַ דיאַגנאָז פֿון אַוואַנסירטן ראַק אין די בצים, און דערנאָך געקראָגן אַ הויטראַק.

הגם קיינער ווייסט נישט וואָס ס׳איז געווען אין מענגעלעס אײַנשפּריצונגען, איז זיכער מעגלעך, אַז די עקספּערימענטן האָבן געקאָנט ענדערן די גענען פֿון די צווילינגען, האָט דערקלערט ד״ר רחל יהודה, אַ ישׂראלדיקע פֿאָרשערין פֿון טראַוומע בײַ די לעבן געבליבענע און זייערע קינדער; זי אַרבעט איצט אין ניו־יאָרק.

„ס׳איז זייער מעגלעך, אַז אַ טראַוומאַטישע איבערלעבונג ווי דער חורבן, אָדער די עקספּערימענטן בשעתן חורבן, האָבן געקאָנט בײַטן דעם אופֿן ווי אַזוי עס פֿונקציאָנירן די גענען,‟ האָט ד״ר יהודה געזאָגט. „אַזוי איז טאַקע געווען אינעם פֿאַל פֿון די וועטעראַנען פֿון דער וויעטנאַם־מלחמה, וואָס זענען געווען אויסגעשטעלט אויפֿן הערביציד Agent Orange. מיט יאָרן שפּעטער האָבן די וועטעראַנען געליטן פֿון ראַק, נעווראָלאָגישע קראַנקייטן און ערנסטע הויט־פּראָבלעמען, און אין אַ סך פֿאַלן האָבן זייערע קינדער אויך געליטן פֿון געבורט־פֿעלערן.‟

עוואַ האַלט איצט לעקציעס פֿאַר דאָקטוירים, מעדיצינישע עטיק־אָרגאַניזאַציעס און שפּיטאָל־פֿאָרשונג־גרופּעס, וווּ זי באַטאָנט, אַז ווען מע מאַכט דורך עקספּערימענטן, מוז מען האַלטן אין זינען, אַז די אַרבעט איז נישט סתּם לטובֿת דער וויסנשאַפֿט, נאָר בפֿירוש צו העלפֿן מענטשן.

„איך בין נישט קעגן מענטשלעכע עקספּערימענטן,‟ האָט זי דערקלערט, זאָגנדיק, אַז איר זון האָט אַליין איבערגעלעבט דעם ראַק, ווײַל מע האָט אים געגעבן אַן עקספּערימענטאַלן מעדיקאַמענט. „דער איינציקער אונטערשייד איז, אַז מײַן זון האָט זיך באַטייליקט אינעם עקספּערימענט אויף זײַן אייגענעם ווילן; איך — נישט.‟