פֿאָרט אַ ייִדישער זשורנאַליסט קיין איראַן

A Jewish Journalist’s Look Inside Iran

לאַרי קאָלעס־עסעס (לינקס) מיט מאָהאַמאַד האַסאַן אַסאַפֿאַרי, דער פֿאָרזיצער פֿונעם איראַנישן פּאַרלאַמענט־קאָמיטעט פֿון נאַציאָנאַלער זיכערהייט און אויסערן־ענינים.
Courtesy of Larry Cohler-Esses
לאַרי קאָלעס־עסעס (לינקס) מיט מאָהאַמאַד האַסאַן אַסאַפֿאַרי, דער פֿאָרזיצער פֿונעם איראַנישן פּאַרלאַמענט־קאָמיטעט פֿון נאַציאָנאַלער זיכערהייט און אויסערן־ענינים.

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 13, 2015, issue of September 04, 2015.

במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט, האָט לאַרי קאָלער־עסעס, אַ רעדאַקציע־מיטגליד פֿונעם Forward, געוואָלט באַזוכן איראַן. אין סעפּטעמבער 2013, האָט ער באַזוכט די פּרעסע־קאָנפֿערענץ מיטן נײַעם איראַנישן פּרעזידענט, האַסאַן רוהאַני, וועלכע איז פֿאָרגעקומען דעמאָלט אין ניו־יאָרק. קאַלער־עסעס אינטערעסירט זיך מיט איראַן, וווּ ער האָט געוווינט במשך פֿון צוויי יאָר פֿאַר דער איסלאַמישער רעוואָלוציע. הײַיאָר, האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו באַקומען די וויזע; דער איראַנישער אויסערן־מיניסטעריום און דער מיניסטעריום פֿון קולטור האָט גוטגעהייסן זײַן וויזיט אין דער איראַנישער רעפּובליק. צום ערשטן מאָל נאָך דער רעוואָלוציע פֿונעם יאָר 1979 איז אַ זשורנאַליסט געפֿאָרן אַהין ווי אַן אָפֿיציעלער שליח פֿון דער פּראָ־ישׂראלדיקער ייִדישער פּרעסע.

קאָלער־עסעס הייבט אָן זײַן לאַנגן אַרטיקל אינעם Forward מיט אַ דערציילונג וועגן די פּרעכטיקע לאַנדשאַפֿטן און דעם באַרימטן קבֿר פֿונעם פּערסישן מלך כּורש, וועלכער איז באַקאַנט אין דער ייִדישער טראַדיציע ווי דער באַפֿרײַער פֿון די ייִדן נאָכן גלות־בבֿל און ווערט אַפֿילו באַטיטלט ווי „משיח‟ אין תּנ״ך. אַ סך איראַנער גלייבן, אַז כּורש האָט אָפּגעשאַפֿן שקלאַפֿערײַ, פֿאַרשפּרייט די מענטשנרעכט אין דער גאַנצער וועלט, און האָט געשאַפֿן אַן אימפּעריע, וווּ עס האָט געהערשט שלום און ליבשאַפֿט. הגם די היסטאָריקער לייקענען אָפּ אַזעלכע שילדערונגען ווי אַ גוזמא, בלײַבן אַזאַ געשטאַלט פֿונעם דאָזיקן אוראַלטן פּערסישן מלך פּאָפּולער אין איראַן.

קאָלער־עסעס האָט איבערגעגעבן, אַז ווען ער האָט באַזוכט כּורשס קבֿר, האָט אַן איראַניש־געבוירענע פֿרוי, וועלכע וווינט איצט אין אַמעריקע, געלייגט דאָרטן אַ בוקעט געלע בלומען; די וועכטער האָבן זי געוואָרנט, אַז מע טאָר עס נישט טאָן, און האָבן אויסגעפֿרעגט איר שוועסטער און איר שוועסטערס מאַן. הגם דער פֿאַרווער איז פֿאַרשטענדלעך, ווײַל די בלומען קאָנען גורם זײַן אַ היזק דעם שטיינערנעם מאָנומענט, האָבן די וועכטער חושד געווען, אַז דער בוקעט איז עפּעס אַ פּאָליטישער סימבאָל. פֿאַר דער איראַנישער רעוואָלוציע, האָט דער שאַך געפֿירט אין די 1970ער יאָרן אַ פּראָפּאַגאַנדע־קאַמפּאַניע, פּאָזיציאָנירנדיק ווי אַ געטרײַער יושר פֿון כּורש.

נישט לאַנג צוריק, האָט די איראַנישע רעגירונג געחתמעט דעם היסטאָרישן נוקלעאַרן אָפּמאַך מיט די וועלט־כּוחות, לויט וועלכן מע קלײַבט זיך אָפּצושאַפֿן די אַמעריקאַנער אַנטי־איראַנישע סאַנקציעס. קאָלער־עסעס האָט איבערגעגעבן, אַז בעת זײַן וויזיט האָט ער געזען אַ סך אַמעריקאַנער טוריסטן. דער זשורנאַליסט האָט באַמערקט, אַז זײַן באַקומען די איראַנישע וויזע נאָך צוויי יאָר קאָן זײַן אַ סימן, אַז די באַציִונגגען צווישן איראַן און די פֿאַראייניקטע שטאַטן ווערן שוין רויִקער.

קאָלער־עסעס דערמאָנט זיך, אַז אין די 1970ער יאָרן האָט ער געוווינט אין די צוויי שענסטע איראַנישע שטעט, שיראַז און איספֿאַהאַן, וווּ ער האָט געאַרבעט ווי אַ לערער פֿון ענגליש. די רעוואָלוציע־ווינטן האָבן דעמאָלט שוין געבלאָזן אויף שריט און טריט. אין די אוניווערסיטעטן זענען וואָכנווײַז אָנגעגאַנגען סטודענטישע שטרײַקן. די איראַנער זענען געווען ברוגז אויף דער בפֿירושער קאָרופּציע פֿונעם שאַך־רעזשים, וועלכער האָט ברוטאַל באַשטראָפֿט זײַנע פּאָליטישע אָפּאָנענטן.

אין דער זעלבער צײַט, באַטאָנט קאָלער־עסעס, אַז דאָס לעבן אין איראַן איז דעמאָלט געווען וווּנדערלעך־שיין. ווען ער האָט געוווינט אין שיראַז, פֿלעגט זײַן חבֿרטע, אַ יונגע אַמעריקאַנער פֿרוי, וועלכע האָט שטודירט די מיסטישע שיטה פֿונעם סופֿי־אָרדן נימאַטולאַהי, פֿאַרבעטן יעדן מיטוואָך אַן אָרטיקן פּאָעט. אין דער שטאָט האָט דעמאָלט געבליט אַ גרויסע ייִדישע קהילה.

הײַנט, נאָך דער איסלאַמישער רעוואָלוציע, לײַדט דער דערמאָנטער סופֿי־אָרדן פֿון שווערע רדיפֿות. די ייִדישע קהילה בלײַבט נאָך אַלץ גרויס, אָפֿיציעל אָנערקענט און געשטיצט, הגם על־פּי־געזעץ טאָרן נישט די ייִדן און אַנדערע רעליגיעזע מינאָריטעטן פֿאַרנעמען געוויסע הויך־ראַנגיקע פּאָזיציעס אין דער רעגירונג. קאָלער־עסעס האָט איבערגעגעבן, אַז די אָרטיקע ייִדן האָבן בעתן שמועסן מיט אים גאַנץ אָפֿן געטענהט, אַז זיי פֿילן זיך ווי גוט־פֿאַרזיכערטע, אָבער צווייט־קלאַסיקע בירגער.

אין דער זעלבער צײַט, האָבן זיי נישט מורא צו שפּאַצירן אויף דער גאַס מיט אַ יאַרמלקע. די ייִדישע רעליגיע ווערט אָנגענומען אין איראַן מיט דרך־ארץ. די איראַנישע רעגירונג אָנערקענט אַ שאַרפֿן אונטערשייד צווישן ייִדן ווי אַ חשובֿע רעליגיעזע גרופּע, וואָס מע מוז אונטערהאַלטן, און דער פֿאַרהאַסטער ציוניסטישער מלוכה, וואָס מע מעג שעלטן וויפֿל מע וויל, הגם דאָרטן וווינען מיליאָנען ייִדן.

קאָלער־עסעס האָט זיך געטראָפֿן מיט אַ צאָל הויך־ראַנגיקע גײַסטיקע און מלוכישע פֿירער, וועלכע האָבן אים קלאָר דערקלערן, אַז זייער עיקר־טענה צו ישׂראל איז נישט, אַז דאָס איז אַ ייִדישע מלוכה, נאָר די ישׂראלדיקע פּאָליטיק לגבי די פּאַלעסטינער. דער זשורנאַליסט האָט באַמערקט, אַז די דורכשניטלעכע איראַנער זאָרגן זיך וועגן דער פּאָליטישער איזאָלאַציע און עקאָנאָמישע צרות פֿון זייער לאַנד; די פּראָבלעמען מיט ישׂראל רופֿן בײַ זיי נישט אַרויס קיין באַזונדערן אינטערעס.

אַן אַנדער אינטערעסאַנטער מאָמענט, וואָס קאָלער־עסעס באַטאָנט אין זײַן דערציילונג, איז דער חילוק צווישן דער צענזור אין דער פּרעסע און דער אָפֿענער קריטיק פֿון דער איראַנישער רעגירונג אויף דער גאַס. די איראַנער האָבן נישט מורא צו קריטיקירן זייער מלוכה בפֿרהסיא; אַ צאָל פֿון זיי האָבן דווקא געוואָלט פֿילמירן זייערע שאַרפֿע אַרויסזאָגונגען. וואָס שייך דעם נוקלעאַרן אָפּמאַך, גיסן זיי פּעך און שוועבל סײַ אויף אַמעריקע, סײַ אויף זייער אייגענער רעגירונג. „פֿאַרוואָס טראַכטן די אַמעריקאַנער, אַז מיר זענען שלעכטע מענטשן, כּלומרשט טעראָריסטן?‟, האָט איינער געפֿרעגט אויף אַ צעבראָכענעם ענגליש; „ס׳איז אונדזער רעגירונג, נישט דאָס פֿאָלק‟.