„ייִדיש ניו־יאָרק‟: אַ גילגול פֿון „קלעזקעמפּ‟

Yiddish New York: A Reincarnation of Klezkamp


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published August 14, 2015, issue of September 04, 2015.

ווען מע האָט אַנאָנסירט, אַז דער 30סטער „קלעזקעמפּ‟, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דעצעמבער 2014, וועט זײַן דער לעצטער, האָבן אַ סך פֿון די אָנטיילנעמער, וואָס זענען געקומען יאָר אײַן יאָר אויס זיך געוווּנדערט: „וואָס וועלן מיר טאָן דאָס קומענדיקע יאָר?‟ צווישן זיי איז געווען שׂרה מינע־גאָרדאָן, די טאָכטער פֿון דער זינגערין חנה קופּער, אַליין אַ ייִדישע זינגערין און לאַנג־יאָריקע אָנפֿירערין פֿון דער קינדער־פּראָגראַם אין „קלעזקעמפּ‟.

„איך בין ממש אויסגעוואַקסן אין ׳קלעזקעמפּ׳,‟ האָט שׂרה דערקלערט בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟. „ס׳איז געווען אַ ריזיקער טייל פֿון מײַן לעבן. ׳קלעזקעמפּ׳ איז שטענדיק פֿאָרגעקומען אין די ניטל־וואַקאַציעס. ס׳איז די פּערפֿעקטע צײַט: די קינדער גייען ניט אין שול, מע האָט אַ הפֿסקה בײַ דער אַרבעט. דערפֿאַר האָט זיך געשאַפֿן אַ גרופּע מענטשן, וואָס פֿלעגט קומען יעדעס יאָר‟.

„׳קלעזקעמפּ׳ בעת דער וואָך פֿון ניטל איז געוואָרן אַ יערלעכער טייל פֿונעם לעבן און קאַלענדאַר בײַ אַ גאַנצער קהילה מענטשן, וואָס אַרבעטן מיט דער ייִדישער קולטור און קלעזמער־מוזיק,‟ האָט איבערגעגעבן פֿראַנק לאָנדאָן, דער טרומפּייט־שפּילער אין „קלעזמאַטיקס‟, אַן אָרגאַניזאַטאָר פֿון „קלעזקאַנאַדע‟ און אַנדערע קלעזמער־פּראָגראַמען, בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟. „מיר האָבן אַלע געפֿילט, אַז מע דאַרף עפּעס האָבן אין דער זעלביקער צײַט, וואָס וועט ווײַטער צוזאַמענברענגען די מענטשן פֿון אונדזער קהילה‟.

שׂרה מינע־גאָרדאָן, פֿראַנק לאָנדאָן און אַ טוץ אַנדערע אַקטיווע טוער אין דער קלעזמער־וועלט האָבן אָנגעהויבן צו רעדן וועגן שאַפֿן אַ נײַעם פֿעסטיוואַל, וואָס זאָל פֿאַרטרעטן „קלעזקעמפּ‟.

„איך האָב צונויפֿגערופֿן די ערשטע זיצונג,‟ האָט דערקלערט פּיט רושעווסקי, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿונעם „צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ‟, בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס. „איך האָב געהערט, ווי אַ סך מענטשן האָבן געהאַט באַזונדערע דיסקוסיעס. מײַקל ווינאָגראַד, דזשעני לעווינסאָן, און דזשאַש וואַלעצקי האָבן גערעדט וועגן שאַפֿן אַ פֿעסטיוואַל בעתן זומער אין ברוקלין. פֿראַנק לאָנדאָן און מײַקל ווינאָגראַד האָבן אויך געטראַכט וועגן שאַפֿן עפּעס צוזאַמען; אויך די מענטשן בײַם ׳שלום־עליכם קולטור־צענטער׳ האָבן געהאַט אַ דעה וועגן דעם. אין דעם פֿאַל איז וויכטיק געווען צוזאַמענצוברענגען אַלעמען, כּדי זיי זאָלן קענען צוזאַמענאַרבעטן און עפּעס אויפֿטאָן‟.

די דאָזיקע צוזאַמענאַרבעט האָט דערפֿירט צו דער גרינדונג פֿון אַ נײַעם קלעזמער־פֿעסטיוואַל, „ייִדיש־ניו־יאָרק‟, וואָס וועט פֿאָרקומען הײַיאָר פֿונעם 24סטן ביזן 29סטן דעצעמבער. די פּראָגראַם ווערט אָנגעפֿירט ניט דורך די באַקאַנטע אָרגאַניזאַציע, ווי „קלעזקעמפּ‟ אָדער „קלעזקאַנאַדע‟, נאָר, ווי פּיט רושעווסקי האָט דערקלערט, דורך אַן „אומאָפּהענגיקן קאָלעקטיוו פֿון קינסטלער, צוזאַמען מיט געוויסע אָרגאַניזאַציעס, וואָס וועלן דינען ווי שותּפֿים‟. דער דאָזיקער „ייִדיש־ניו־יאָרק אָרגאַניזיר־קאָמיטעט‟ שליסט אײַן אַכט מיטגלידער; אַלע פֿון זיי זענען געוועזענע קלעקעמפּניקעס. דער „צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ‟ וועט דינען ווי דער פֿינאַנציעלער ספּאָנסאָר פֿונעם פֿעסטיוואַל.

כאָטש „ייִדיש־ניו־יאָרק‟ וועט פֿאָרקומען אין דער זעלביקער צײַט ווי „קלעזקעמפּ‟ און דורכפֿירן ענלעכע קלאַסן און וואַרשטאַטן, וועט דער פֿעסטיוואַל זײַן זייער אַנדערש פֿון „קלעזקעמפּ‟ אין איין וויכטיקן אַספּעקט. צוליב די גאָר הויכע פּרײַזן אין שטאָט ניו־יאָרק האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן באַשלאָסן, אַז ס׳איז ניט מעגלעך פֿאַר די אָנטיילנעמער צו וווינען צוזאַמען ווי מע האָט שטענדיק געטאָן אין „קלעזקעמפּ‟.

קינדער אויפֿן „קלעזקעמפּ”, 2014
קינדער אויפֿן „קלעזקעמפּ”, 2014

„מיר האָבן געוואָלט, אַז דער פּרײַז זאָל זײַן צוטריטלעך פֿאַר אַזוי פֿיל מענטשן ווי מעגלעך,‟ האָט דערקלערט פֿראַנק לאָנדאָן. „דער אָפּצאָל פֿון אײַנקוואַרטירן מענטשן איז געווען אַ גרויסער שטער, אַפֿילו בײַ ׳קלעזקעמפּ׳. אַ סך בעלנים האָבן ניט געקענט זיך דערלויבן צו קומען צוליב די הויכע פּרײַזן. אָן אַ רעזידענץ וועלן מיר פֿאַרלירן דעם אַספּעקט פֿון האָבן אַ צענטראַל אָרט, וווּ מענטשן קענען זיך פֿאַרזאַמלען און פֿאַרברענגען צוזאַמען. אָבער אין דער זעלבער צײַט וועלן מיר יאָ קענען געניסן פֿון אַלצדינג, וואָס ניו־יאָרק שטעלט מיט זיך פֿאָר‟.

די אָרגאַניזאַטאָרן מיינען, אַז דאָס אָנטייל נעמען אין דער פּראָגראַם וועט קאָסטן בסך־הכּל ווייניקער ווי $500 דאָלאַר, אַ סך ביליקער ווי „קלעזקעמפּ‟ איז געווען די לעצטע יאָרן.

„אַ סך מענטשן קענען פּשוט זיך ניט דערלויבן צו פֿאָרן ערגעצוווּ אויף אַ וואָך,‟ האָט גאָרדאָן דערקלערט. „אַז מיר זענען, אָבער, אין ניו־יאָרק, קענען מיר געניסן פֿון די אַלע קינסטלער און מוזיקער, וואָס זענען שוין דאָ. די מענטשן אין ניו־יאָרק האָבן ליב מיטצואַרבעטן, וועלן מיר קענען צוזאַמענאַרבעטן מיטן ׳ייִוואָ׳, מיטן ׳צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ׳, מיטן ׳פֿאָנד א״נ פֿון חנה קופּער צו חלומען אויף ייִדיש׳‟. דער פֿעסטיוואַל וועט פֿאָרקומען כּמעט אין גאַנצן אויפֿן „לאָוער איסט סײַד‟ פֿון מאַנהעטן. די „שטאָט און דאָרף־שיל‟ (Town and Village Synagogue), און דער ייִדישער ספּאָרטזאַל אויף דער 14טער גאַס (The 14th Street Y) וועלן דינען ווי די הויפּט־צענטערס פֿון „ייִדיש־ניו־יאָרק‟. אַקטיוויטעטן וועלן אויך פֿאָרקומען בײַם „ייִוואָ‟, בײַם „מוזיי אויף עלדרידזש־גאַס‟ און בײַ דער „שיל אויף סטאַנטאָן־גאַס‟, צווישן אַנדערע לאָקאַלן.

„איך מיין, אַז דאָס, וואָס מיר וועלן זײַן אויפֿן ׳לאָוער איסט־סײַד׳, וועט אָנקניפּן דעם פֿעסטיוואַל מיט דער געשיכטע‟, האָט שׂרה מינע־גאָרדאָן דערקלערט. „עס בײַט זיך כּסדר די געגנט, אָבער זי בלײַבט אַ וויכטיקער טייל פֿון דער ייִדישער געאָגראַפֿיע. מענטשן זענען עמאָציאָנעל צוגעבונדן צום ׳לאָוער איסט סײַד׳, און מיט דער דאָרטיקער אַשכּנזישער ירושה; דערפֿאַר וועט זײַן זייער שפּאַנענדיק צו האָבן ׳ייִדיש־ניו־יאָרק׳ דווקא דאָרטן. איך שטעל זיך פֿאָר, ווי מחנות פֿון הונדערטער ייִדישיסטן וועלן אַרומוואַנדערן איבער די גאַסן און אַרײַנגיין צוזאַמען אין די נאַכט־קלובן. ס׳וועט זײַן זייער ׳קיל׳ זיך צו באַנוצן מיט ניו־יאָרק, ווי אַ הויפּט־קוואַרטיר. די שטאָט אַליין וועט ווערן אונדזער שפּיל־פּלאַץ.‟

דער פֿאַקט, וואָס דער פֿעסטיוואַל וועט ניט פֿאָרקומען אין אַ האָטעל אָדער אַן אַנדער איזאָלירט אָרט, וועט אויך דערמעגלעכן, אַז מענטשן, וואָס נעמען ניט אָנטייל אין די קלאַסן אָדער וואַרשטאַטן, זאָלן קענען קומען אויף קאָנצערטן און אַנדערע ספּעציעלע אונטערנעמונגען. מוצאי־שבת, דעם 26טן דעצעמבער, למשל, וועט פֿאָרקומען דער פֿערטער יערלעכער קאָנצערט לזכר חנה קופּער. ווי אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם, וועט דזשאַש דאָלגין („סאָוקאַלד‟) באַקומען די יערלעכע אויסצייכענונג פֿונעם „פֿאָנד א׳׳נ פֿון חנה קופּער צו חלומען אויף ייִדיש‟. דער קאָנצערט, וואָס איז שוין געוואָרן אַ הויפּט־אַטראַקציע אויפֿן קלעזמער־קאַלענדאַר, וועט סימבאָליש שפּילן אַ צענטראַלע ראָלע אינעם פֿעסטיוואַל צוליב דעם, וואָס חנה קופּער איז געווען איינע פֿון די וויכטיקסטע פֿיגורן בײַם שאַפֿן די קהילה קלעזמאָרים און קינסטלער, וואָס האָבן אָנטייל־גענומען אין „קלעזקעמפּ‟, און וועלן זיך באַטייליקן אין „ייִדיש־ניו־יאָרק‟.

די אָרגאַניזאַטאָרן ווילן אויך צוציִען מענטשן פֿון קהילות, וואָס קומען געוויינטלעך ניט אויף „קלעזקעמפּ‟. פֿראַנק לאָנדאָן האָט באַטאָנט, אַז ער וויל, אַז די חסידים זאָלן זיך באַטייליקן סײַ ווי מוזיקער און זינגער, סײַ ווי אַ טייל פֿונעם עולם אויף די קאָנצערטן. פּיט רושעווסקי האָט דערצו דערמאָנט, אַז די אַקטיוויטעטן אום שבת וועלן זײַן אין גאַנצן שבתדיק, און אַז ער האָפֿט, אַז דאָס וועט העלפֿן צו דערמעגלעכן, אַז וואָס מער מענטשן זאָלן קומען. פֿון דער אַנדערער זײַט, וועט רושעווסקי זיך אויך שטעלן אין קאָנטאַקט מיט „טשאָלנט‟, אַ גרופּע פֿון געוועזענע חסידים, ווי אויך מיט פֿאַרשידענע אַסאָציאַציעס פֿון מוזיקער און קינסטלער, וואָס זענען בכלל ניט פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער מוזיק.

„מיר ריכטן זיך אויף דעם, אַז עס וועט קומען זייער אַ פֿאַרשידנאַרטיקער עולם,‟ האָט רושעווסקי דערקלערט.

כאָטש דער פֿעסטיוואַל טראָגט אַן אַנדער נאָמען און קומט פֿאָר אין ניו־יאָרק, האַלט שׂרה מינע־גאָרדאָן, אַז ער וועט דינען ווי אַ המשך פֿון „קלעזקעמפּ‟.

„׳קלעזקעמפּ׳ איז שטענדיק געווען אַ צווישן־דורותדיקע פּראָגראַם, — האָט דערקלערט שׂרה מינע־גאָרדאָן, — און כאָטש די דורות בײַטן זיך, האָט זיך אין תּוך ווייניק וואָס געביטן. ווען מײַן מאַמע האָט געהאָלפֿן אָנהייבן דעם „קלעזקעמפּ‟ מיט איבער 30 יאָר צוריק, איז זי געווען אינעם זעלביקן עלטער, אין וועלכן איך בין איצט. איך, מײַקל ווינאָגראַד און אַנדערע פֿון אונדזער דור זענען ממש אויפֿגעוואַקסן אין ׳קלעזקעמפּ׳. אַ סך פֿון אונדזערע עלטערן האָבן זיך געטראָפֿן דאָרטן. ס׳איז אונדז דערפֿאַר זייער וויכטיק, וואָס מיר קענען אָנהייבן עפּעס נײַס, וואָס וועט ווײַטער אַנטוויקלען אַן איבערלעבעניש, וואָס איז אַזוי טיף פֿאַרבליבן אין אונדז‟.