אָריענטאַציע

Orientation

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published August 14, 2015, issue of September 04, 2015.

ס’איז אײַנגעפֿירט אין אַמעריקע, אַז איידער מ’שטעלט די ערשטע טריט אויפֿן קאַמפּוס פֿון אַן אַקאַדעמישער אינסטיטוציע, לאָמיר זאָגן אַ קאָלעדזש צי אוניווערסיטעט, מוז מען, קודם, אַדורכגיין אַן אָריענטאַציע־וואָך, וווּ מען דערוויסט זיך וועגן די אַסיגנירטע קלאַסן, לערער און רשימות, וווּ ס’געפֿינט זיך די ביבליאָטעק, פֿאַרשיידענע פֿאָרש־לאַבאָראַטאָריעס און אַנדערע אַדמיניסטראַטיווע אַנשטאַלטן.

די טעג האָב איך זיך דערוווּסט וועגן אַן אָריענטאַציע־צענטער, וואָס אַ יעדער שארית־הפּליטהניק האָט געמוזט אַדורכגיין איידער מ’האָט אים געגעבן (אָדער נישט געגעבן) די דערלויבעניש צוצוקומען צו דער האַפֿן־שטאָט ברעמען, ווײַל דאָרט האָט געוואַרט אויף זיי אַן אַמעריקאַנער מיליטערישע שיף, וואָס האָט זיי דערפירט צו די ברעגעס פֿון אַמעריקע.

מײַן חבֿרטע ליליען געווירצמאַן איז עלטער פֿון מיר מיט אַ צוויי יאָר, און איר זכּרון דינט איר מיט אַלע פּיטשעווקעס. מיר האָבן אַפֿילו געהאַט די זעלבע לערער, נאָר געוווינט אין צוויי באַזונדערע פּליטים־לאַגערן אין דער זעלבער שטאָט, איך — אין הינדנבורג קאַסערנע, און זי אין סעדאַן קאַסערנע. דערציילט זי מיר, אַז איידער מען האָט געשלאָסן זייער פּליטים־לאַגער, האָט מען זיי עוואַקויִרט אין אַ לאַגער, וואָס האָט זיך גערופֿן „פֿונק־קאַסערנע‟ אַרום מינכן. דאָס איז געווען אַ מין טראַנזיט־לאַגער, וווּ די פּליטים האָבן געמוזט אַדורכגיין פֿיזישע און גײַסטיקע אונטערזוכונגען, צו די געראַטעוועטע ייִדן פֿון די געטאָס און נאַצי־לאַגערן און שקלאַפֿן־לאַגערן בײַ סטאַלינען זײַנען ראָוי איבערצוטרעטן די שוועל פֿון אַמעריקע.

אין מיטן דערינען האָב איך זיך דערוווּסט פֿון איר, אַז יעדערער פֿון זיי האָט געמוזט אויך אַדורכגיין אַ צוגרייטונגס־קורס, אַ מין אָריענטאַציע, וואָס האָט געהאַט צו טאָן מיטן טעגלעכן לעבן אין אַמעריקע. דעם טראָפּן האָט דער לערער געלייגט אויף די אַמעריקאַנער זיטן און לעבנס־שטייגער. איז דער אָריענטאַציע־קורס, ווי ליליען געדענקט, אָנגעגאַנגען, למשל, אַזוי:

„אין אַמעריקע גופֿא, — האָט זיי דערקלערט דער אינסטרוקטאָר, — אויב איר באַגעגנט אַן אַמעריקאַנעם פֿרײַנד, אַ באַקאַנטן אָדער אַ שכן און יענער פֿרעגט דיך: ׳האַו אַר יו?׳, ס’הייסט, וואָס מאַכסטו? זאָלט איר נישט דערוואַרטן קיין אינטערעס אין אײַער געזונט־צושטאַנד, אָדער אַז יענער איז טאַקע פֿאַראינטערעסירט אין אײַך גופֿא, אָדער ווי עס גייט אײַך, צי עפּעס טוט אײַך וויי, צי עפּעס איז אײַך נישט פֿאַרשטענדלעך, — דאַרפֿט מען ענטפֿערן: ׳פֿײַן!׳ אָדער ׳אָו־קיי׳ — און זיך נאָכפֿרעגן: ׳ענד האַו אַר יו?׳ און וואָס מאַכסטו? אָבער דערוואַרט נישט קיין ענטפֿער אויף דײַן פֿראַגע, ווײַל יענער ריכט זיך אַפֿילו נישט אויף אַן ערנסטן שמועס וועגן ווי ס’גייט אים, צי אַלץ איז אין אָרדענונג מיט זײַן לײַב און לעבן. ער וועט אײַך ענטפֿערן: ׳פֿײַן! טהענק יו!׳ אַ דאַנק, און דערמיט האָט איר פֿאַרענדיקט דעם שמועס. דער עיקר, זאָלט איר וויסן זײַן, אַז אין אַמעריקע איז קיינער נישט פֿאַראינטערעסירט, און קיינעם גייט נישט אָן, וואָס ס’הערט זיך, ווער דו ביסט, פֿון וואַנען דו שטאַמסט, וווּ ביסטו געווען אין צײַט פֿון דער מלחמה — נישט די שכנים, נישט די באַקאַנטע און נישט די אַמעריקאַנער קרובֿים.‟