דער קאַמף איבער גיור צעפֿלאַקערט זיך

Ongoing Feud Over Conversion to Judaism

דער געוועזענער פּרעזעדענט שמעון פּערעס צו גאַסט בײַ „מועצת הרבנות הראשית לישראל”
דער געוועזענער פּרעזעדענט שמעון פּערעס צו גאַסט בײַ „מועצת הרבנות הראשית לישראל”

פֿון עמיל קאַלין

Published August 18, 2015, issue of September 04, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די גאַנצע געשיכטע האָט זיך אָנגעהויבן, ווען די רעגירונג האָט „באַגראָבן‟ אַ רעפֿאָרם אין דער גיור־סיסטעם, וואָס האָט געזאָלט באַפֿולמעכטיקן די רבנים פֿון די שטעט, זיי זאָלן צונויפֿרופֿן אַ בית־דין, וועלכער וועט זיך פֿאַרנומען מיטן גיור. די רעפֿאָרם איז אָבער אָפּגעשאַפֿן געוואָרן, צוליב אַ מעכטיקן דרוק פֿון די חרדישע פּאַרטייען, וואָס האַלטן, אַז אַ צאָל שטאָט־רבנים זענען צו ליבעראַל אָנצונעמען באַשלוסן וואָס שייך גיור. דעריבער האָבן אַ צאָל רבנים געגרינדעט נײַע בית־דינס.

אַוודאי, זענען געוויסע קאָנסערוואַטיווע רבנים פֿונעם ציוניסטישן שטראָם קעגן, זעענדיק אין דעם רבנות אַן אַנשטאַלט פֿאַר זיך, וואָס סימבאָליזירט די ייִדישקייט פֿון דער מדינה, די פֿאַרבינדונג צווישן דער מדינה און ייִדישקייט.

די חרדים און רבנות טרעטן שאַרף אויף קעגן דער איניציאַטיוו, נאָר דאָס רבנות האָט אירע אייגענע צרות: די הויפּט־פּראָבלעם פֿון דעם רבנות איז, אַז עס פֿאַרלירט דעם עולם, די מאַסן. בײַ די חרדים, הערשט אַן אַלגעמיינע נידערשעצונג פֿון אָט דעם קערפּער, וואָס ווערט באַטראַכט ווי נישט גענוג שטרענג; אַן ערלעכער ייִד וועט נישט אַרײַנלייגן אין מויל עפּעס מיט אַ הכשר פֿון דעם רבנות, נאָר פֿון בד”ץ. כּדי חתונה צו האָבן, דאַרפֿן זיי נישט אָנקומען צום רבנות.

די חרדישע עסקנים באַהערשן הײַנט צו טאָג די רבנות־קערפּערשאַפֿט, אָבער זיי נייטיקן זיך אין אים נאָר צוליב איין זאַך — אַרויסצוקריגן וואָס מער געלט און שטעלעס בײַ דער מדינה. דער עולם זעט עס און שאָקלט זיך פֿון זיי אָפּ.

די קעפּלעך אין די הויפּט־שטראָמיקע חרדישע צײַטונגען האָבן געשטורעמט קעגן דער נײַער גיור־איניציאַטיוו. דאָס איז טאַקע אינטערעסאַנט, ווײַל, ווי פֿריִער געזאָגט, שפּילט בײַ זיי דאָס רבנות אַ קנאַפּע ראָלע; דער כּלל־ישׂראל נייטיקט זיך נישט אין דער חרדישע דאגה, און זעט אין דעם רבנות אַ סימבאָל פֿון אָפּגעשטאַנענקייט, חרדישער שטרענגקייט און אָפּגעלעבטקייט.

אַוודאי, איז נאָך פֿרי צו שרײַבן אַ הספּד דעם רבנות; מיר געפֿינען זיך אין סאַמע ברען פֿון דעם פּראָצעס, וואָס מע זעט דערווײַל צו אים נישט קיין סוף. דער פּאַראַדאָקס אָבער באַשטייט אין דעם, וואָס אויב די חרדים וועלן ווײַטער דרוקן, אַז דאָס רבנות זאָל פֿאָלגן זייערע דרכים און שיטות, וועלן זיי אין גאַנצן פֿאַרלירן זײַן עולם.

דער הײַנטיקער קאַמף געפֿינט זיך צווישן פֿאַרשידענע שיטות אין די הלכה־טײַטשן. קיינער טרעט נישט אַרויס קעגן דער הלכה, ווי אויך קעגן דעם דראַנג צו געלט און השפּעה; די השפּעה איבער דער צוקונפֿטיקער געשטאַלט פֿון מלוכה־ייִדישקייט אין ישׂראל.