הערפּעס נאָכן ברית — לאַוו־דווקא דעם מוהלס שולד

Herpes in Circumcisions May Not Be Mohel‘s Fault

הרבֿ אַבֿרהם קאָן גרייט זיך דורכצופֿירן די מציצה־בפּה בײַ אַ ברית
Associated Press
הרבֿ אַבֿרהם קאָן גרייט זיך דורכצופֿירן די מציצה־בפּה בײַ אַ ברית

פֿון פּאָל בערגער (Forward)

Published August 18, 2015, issue of September 04, 2015.

אָסקאַר אַליין, דער געוועזענער דירעקטאָר פֿון דער מלוכישער מעדיצינישער פּלאַנירונג בײַם דעפּאַרטאַמענט פֿון געזונט־פֿאַרהיטונג אין ראָקלאַנד־קאַונטי — דער ראַיאָן פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק, וווּ עס וווינען אַ סך פֿרומע ייִדן — האָט געמאָלדן, אַז ער האָט פֿאַרשטאַנען, ווי אַזוי אַ צאָל נײַ־געבוירענע ייִדיש עופֿעלעך זענען אָנגעשטעקט געוואָרן מיט דער הערפּעס־אינפֿעקציע. די רעגירונג באַשולדיקט אין דעם די מוהלים, וועלכע פֿירן דורך די מציצה־בפּה בײַ דער ברית־מילה אויפֿן טראַדיציאָנעלן קאָנטראָווערסאַלן אופֿן — אָפּזויגנדיק בלוט בײַם קינד מיטן מויל. זינט 2000, זענען 17 קינדער אָנגעשטעקט געוואָרן מיט הערפּעס; צוויי פֿון זיי זענען אומגעקומען, און נאָך צוויי געבליבן אינוואַלידן; פֿאַר אַ נײַ־געבוירן קינד איז עס גאָר אַ סכּנותדיקע קרענק.

אָסקאַר אַליין גלייבט אָבער, אַז הגם די מציצה־בפּה קאָן זײַן אַ ריזיקאַלע פּראָצעדור, האָבן די גענעטישע פֿאָרשונגען געוויזן, אַז די סיבה פֿון דער אינפֿעקציע אין לכל־הפּחות צוויי פֿאַלן, וועלכע זענען געשען אינעם יאָר 2014 אין דער מאָנסי־געגנט, האָבן גאָרנישט צו טאָן מיט די מוהלים. דער געוועזענער אָפֿיציעלער מלוכה־פֿאָרשטייער האָט באַטאָנט, אַז בײַ צוויי קינדער, וועלכע זענען געמלט געוואָרן אין באַזונדערע ערטער דורך פֿאַרשיידענע מוהלים, האָט מען געפֿונען דעם ווירוס מיט פּונקט דעם זעלביקן גענעטישן קאָד. דאָס מיינט, אַז די אינפֿעקציע מוז שטאַמען אין ביידע פֿאַלן פֿונעם זעלביקן קוואַל, אָבער נישט פֿונעם מוהל.

דערווײַל האָט אָסקאַר אַליין נאָך נישט פּובליקירט קיין אַקאַדעמישע אַרטיקלען וועגן זײַן אַנטדעקונג און האָט זיך אָפּגעזאָגט אָנצוגעבן די גענויע אינפֿאָרמאַציע. אין די קומענדיקע חדשים, האָפֿט ער צו פּובליקירן זײַן שטודיע אין אַ מעדיצינישן זשורנאַל. עס קאָן זײַן, אַז אַזאַ פּובליקאַציע וועט מערקווירדיק ווירקן אויפֿן קאַמף קעגן דער מציצה־בפּה, וואָס דער ניו־יאָרקער דעפּאַרטאַמענט פֿון געזונט־פֿאַרהיטונג פֿירט שוין במשך פֿון אַ יאָר. דער מעיאָר ביל דע בלאַזיאָ פּרוּווט איצט אָפּצושאַפֿן די רעגולאַציעס, וועלכע זײַן פֿריִערדיקער קאָלעגע האָט אײַנגעפֿירט אינעם יאָר 2012, לויט וועלכע דער מוהל מוז באַקומען אַ שריפֿטלעך רשות פֿון די עלטערן, כּדי דורכצופֿירן דעם טראַדיציאָנעלן ריטואַל.

די מציצה־בפּה איז אָנגענומען בײַ אַ ריי חרדישע און חסידישע קהילות. מע איז זיך משער, אַז יעדעס יאָר ווערן בערך 3,500 קינדער אין ניו־יאָרק געמלט אויף אַזאַ אופֿן.