איראַן — אַן אומגעטרײַע אַליִיִרטע

Iran, an Undependable Ally

דער פּרעמיער פֿון לבֿנון, טאַמאַם סאַלאַם (רעכטס), טרעפֿט זיך מיטן איראַנישן אויסערן־מיניסטער מאָהאַמעד דזשאַוואַד זאַריף, דעם 11טן אויגוסט, אינעם רעגירונג־פּאַלאַץ, אין ביירוט.
Getty Images
דער פּרעמיער פֿון לבֿנון, טאַמאַם סאַלאַם (רעכטס), טרעפֿט זיך מיטן איראַנישן אויסערן־מיניסטער מאָהאַמעד דזשאַוואַד זאַריף, דעם 11טן אויגוסט, אינעם רעגירונג־פּאַלאַץ, אין ביירוט.

פֿון שבֿע כּהן

Published August 19, 2015, issue of September 04, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

פֿאַרוואָס האָט איראַן זיך אַזוי שטאַרק באַליידיקט? איראַן קעמפֿט אין אַן ענדלאָזן קאָנפֿליקט מיט סאַודיע איבער דער השפּעה אין מיטעלן מיזרח. „כאַמאַס‟ האָט שוין יאָרן לאַנג באַקומען שטיצע אויך פֿון קאַטאַר, אָבער קאַטאַר איז תּמיד געבליבן אַזוי נייטראַל ווי מעגלעך, וואָס שייך פּאָליטיק אין דעם ראַיאָן. אויסער דעם, איז די שטיצע פֿון קאַטאַר געווען געצילט, בדרך־כּלל, אויף ספּעציפֿישע פּראָיעקטן און לאַוו־דווקא פֿאַר „כאַמאַס‟ אַליין. דאָס וואָס „כאַמאַס‟ האָט זיך געוואָנדן צו סאַודיע, איז אַ פּאַטש אין באַק פֿאַר טעהעראַן, און אַ מין דעקלאַראַציע, אַז „כאַמאַס‟ זאָגט זיך אָפּ פֿון איראַנס הילף.

אויך סיריע האָט זיך אָפּגעלערנט, אַז מען טאָר זיך נישט פֿאַרלאָזן אויף איראַן. „כעזבאָלאַ‟ איז טיף אַרײַנגעמישט אין סיריע; הונדערטער, צי אַפֿילו טויזנטער „כעזבאָלאַ‟־קעמפֿערס זײַנען שוין דערהרגעט געוואָרן אין סיריע. מען האָט אַפֿילו געדאַרפֿט צוריקציִען די מיליטאַנטן פֿון דער גרענעץ צווישן ישׂראל און לבֿנון, כּדי זיי שיקן זיך שלאָגן אין סיריע. נישט געקוקט אויפֿן דרוק אין לבֿנון, איז „כעזבאָלאַ‟ גרייט צו גיין מיט באַשאַר אַל־אַסאַד ביזן סוף.

איראַן האָט אָבער באַגרענעצט איר שטיצע. לויט דעם אַנאַליז פֿון צה”ל, געפֿינט זיך די סירישע אַרמיי אין אַזאַ שווערן מצבֿ, אַז זי וועט נישט זײַן מסוגל צו טראַכטן פֿון באַדראָען מדינת־ישׂראל אין די קומענדיקע 50 יאָר. נישט געקוקט אויף דעם, זעט מען נישט קיין סימן, אַז איראַן זאָל גיין שיקן אירע אייגענע זעלנער קיין סיריע. ביליקער קומט אויס צו שיקן אַן אָפֿיציר אָדער צוויי צו געבן עצות דעם סירישן מיליטער.

איראַן האָט אויך נישט מורא, אַז איראַק אָדער אַפֿגאַניסטאַן, טורקמעניסטאַן, אָדער אַרמעניע זאָלן זײַן פֿאַראינטערעסירט צו פֿירן מיט איר אַ מלחמה. אויב איראַן וואָלט שוין געפֿירט אַ מלחמה קעגן ישׂראל אָדער אַמעריקע, וואָלט דאָס געווען מיט באַליסטישע ראַקעטן און נישט מיט אינפֿאַנטעריע.

די איסלאַמישע רעפּובליק וויל זײַן אַן אימפּעריע, אָבער זי איז אַ פּאַסיווע אימפּעריע. איראַן פּרוּווט דערפֿאַר צו קויפֿן אַליאַנצן, אָבער אירע אַליִיִרטע קענען זיך נישט אויף איר פֿאַרלאָזן אין אַ נויטפֿאַל.