אַלע שפּראַכן זענען מישלינגען

All Languages Are Hybrids

אין זײַן טעאַטראַלישער פֿאָרשטעלונג, 700 Sundays, וואָס איז פֿאַראַיאָרן טראַנסמיטירט געוואָרן אויפֿן קאַבל־קאַנאַל, HBO, האָט דער קאָמיקער בילי קריסטאָל נאָכגעמאַכט די קלאַנגען פֿון דער ייִדישער שפּראַך אויף אַ חוזקדיקן אופֿן
אין זײַן טעאַטראַלישער פֿאָרשטעלונג, 700 Sundays, וואָס איז פֿאַראַיאָרן טראַנסמיטירט געוואָרן אויפֿן קאַבל־קאַנאַל, HBO, האָט דער קאָמיקער בילי קריסטאָל נאָכגעמאַכט די קלאַנגען פֿון דער ייִדישער שפּראַך אויף אַ חוזקדיקן אופֿן

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published August 27, 2015, issue of September 18, 2015.

איך פֿאַרנעם זיך מיט שפּראַך כּמעט מײַן גאַנץ לעבן, דער עיקר, מיט לשון ייִדיש. און וויפֿל איך זאָל זיך נישט אַרײַנלאָזן אין ענגליש, טראַכט איך, אַז אויף ייִדיש קלינגט עס בעסער. אַלע שפּראַכן זײַנען מישלינגען און דאָס מוז מען גלײַך עטאַבלירן בײַם סאַמע אָנהייב פֿון לערנען אַ שפּראַך. דאָס גלייבן, אַז עס זײַנען פֿאַראַן שפּראַכן וואָס זײַנען מער געהויבן, וויכטיקער, מער פּרעסטיזשפֿולw איז נישט מער ווי אַן אויסגעבלאָזן איי, נישט באַזירט אויף קיין שום אַבסאָלוטע לינגוויסטיש־עמפּירישע פֿאַקטאָרן.

מען קען אַמאָל אָפּשאַצן אַ שפּראַך לויט איר עלטער, אָדער לאָגיק, לויט איר מוזיקאַלישקייט אָדער ראָמאַנטישער גענייגטקייט; מ’קען זי באַקרוינען ווי די שפּראַך פֿון געטער, אָדער אַ שפּראַך, וואָס לייגט זיך גרינג אויף דער צונג; אַ שפּראַך, וואָס איז מעכטיק אָדער אָנמעכטיק, אָבער קיין איין שפּראַך פֿאַרדינט זיך נישט מען זאָל זי גרינגשעצן, מאַכן צו קליין־געלט, אָדער אויסשטעלן זי אויף לײַטיש געלעכטער, ווי עס טוען עס די אַמעריקאַנער קאָמעדיאַנטן, ווען עס קומט צו ייִדיש.

די מענטשן וואָס רעדן אַראַביש, זײַנען אונטערן אײַנדרוק, אַז זייער קלאַסישע שפּראַך איז די שענסטע און די לאָגישסטע פֿון אַלע, מיט אומפֿאַרגלײַכלעכער גראַמאַטישער סימעטריע און לעקסישער רײַכקייט. דאָס קלאַסישע אַראַביש איז געקניפּט און געבונדן מיטן קאָראַן, און במילא מיט זייער גלויבן. דורך זייער שפּראַך דערוואַרטן זיי צו דערגיין דורך ניסים־ונפֿלאות צום סאַמען תּוך־אמת פֿון איסלאַם.

דעם זעלביקן אַרגומענט קען מען באַנוצן וועגן אַ שלל אַנדערע לשונות. צום בײַשפּיל, וועגן דעם פֿאַרצײַטיקן סאַנסקריט און דעם קלאַסישן העברעיִש. ד״ר מאַקס ווײַנרײַך, דער באַוווּסטער ייִדישער פֿילאָלאָג, פּעדאַגאָג, ייִדיש־פֿאָרשער און מחבר פֿון ייִדישע וויסנשאַפֿטלעכע ווערק, דערציילט אין זײַן בוך „בילדער פֿון דער ייִדישער געשיכטע אינעם זיבעצעטן יאָרהונדערט‟, וועגן אַ דײַטש־ייִדישן געלערנטן, וועלכער האָט אַרומגערײַזט איבער שטעט און שטעטלעך פֿון גאָליציע, כּדי צו פֿאָרשן די ייִדישע שפּראַך און דיאַלעקטיק.

אויף זײַן וועג האָט ער באַגעגנט אַ חדר־ייִנגעלע, האָט ער אים אַ פֿרעג געטאָן:

„זאָג מיר, ייִנגעלע, אויף וועלכער שפּראַך האָט גערעדט משה רבינו?‟

דאָס ייִנגעלע האָט נישט לאַנג געטראַכט און גלײַך געענטפֿערט:

„משה רבינו האָט אין דער וואָכן גערעדט ייִדיש, נאָר שבת און יום־טובֿ האָט ער גערעדט לשון־קודש.‟

פֿאַר די ייִדן אין די אַמאָליקע שטעט און שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע איז גאָר קיין ספֿק נישט געווען, אַז אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ, משה רבינו, די נבֿיאים, מיט די מלכים אין פֿאַרצײַטיקן ארץ־ישׂראל — אַלע האָבן זיי גערעדט דורכויס ייִדיש. בײַ איציק מאַנגערס „דאָס בוך פֿון גן־עדן‟, רעדן אַלע אונדזערע אָבֿות, אַרײַנגערעכנט די מלאכים, אויף ייִדיש.

פֿאַרשטייט זיך, אַז אין 3טן און 4טן י”ה פֿאַר אונדזער צײַט־רעכענונג, האָבן מערסטע העלעניזירטע ייִדן אין שטאָטישע צענטערס אין ארץ־ישׂראל און אַלעקסאַנדריע און מצרים, זיך באַנוצט מיט גריכיש אין זייער טעגלעך לעבן, און אַפֿילו אָפּגעריכט תּפֿילות אויף גריכיש, אָבער אין גריכיש האָט געשטעקט אַ געפֿאַר: גריכיש האָט אָפּגעפֿרעמדט ייִדן פֿון ייִדישקייט.

פֿאַרן צווייטן חורבן בית־המקדיש האָבן שוין די ייִדן אַפֿילו קיין העברעיִש אויך נישט גערעדט. זיי האָבן גערעדט בבֿליש, אַ וואַריאַנט פֿון אַראַמיש. זעט אויס, אַז אַראַמיש האָט נישט באַדראָט ייִדישקייט; אַראַמיש האָט מען געשטעמפּלט ווי אַ לשון־חול, אַ שפּראַך פֿון וואָכעדיקייט, פּונקט ווי ייִדיש. אַראַמיש ווי אַ רעד־שפּראַך איז באמת נישט איבערגעריסן געוואָרן, עס האָבן זיך געפֿונען ייִדן אין קורדיסטאַן וואָס האָבן גערעדט אַראַמיש, געפֿלאָכטן מיט זייער לאַנדשפּראַך.

אַ סימן האָט איר, אַז די מערהייט פֿון ייִדן האָבן פֿאַרגעסן העברעיִש, גריכיש און אַראַמיש. אַראַמיש איז פֿאַראייגנט געוואָרן; אויף איר האָבן ייִדן אין בבֿל אָנגעשריבן ריזיקע תּלמודישע ווערק, פֿאַרצווילינגט זי מיט לשון־קודש און פֿאַרפֿיקסירט זיי ביידע ווי די באַזע פֿון אַלע קומענדיקע ייִדישע לשונות, אַרײַנגערעכנט ייִדיש.

די ערשטע געבורט־ווייען בײַם ברענגען ייִדיש אויף דער וועלט, זײַנען זיך פֿאַרלאָפֿן בײַ די טײַכן רײַן און מאָזל, אויף קליינע אינדזעלעך וואָס מען האָט גערופֿן לותּיר אָדער לאָטערינגען, און אַרום די שטעט קעלן, מענץ (מײַנץ) ווערמײַזע (וואָרמס), שפּײַער און רעגנסבורג. דער טויזנט־יאָריקער פּראָצעס פֿון דער ייִדישער שפּראַך איז ספּעציפֿיש אין איר סטרוקטור, מיט טייל עלעמענטן פֿון דער קאָ־טעריטאָריעלער באַפֿעלקערונג.

אין דער פֿעיִקייט פֿון איבערפֿלאַנצן און איבערפֿורעמען, פֿאַראייגענען און פֿאַרייִדישן דאָס רויוואַרג — אין דעם איז געלעגן נישט נאָר אונדזער נאַציאָנאַלע גאונות, נאָר אויך דער סוד פֿון אונדזער כּסדרדיקן ווידערגעבורט. אונדזער לשון־ייִדיש איז אָבער נישט קיין פֿאַרזיגלטער קוואַל, און זײַן לעבעדיקע אַנטוויקלונג איז נאָך נישט פֿאַרענדיקט.

בײַ ייִדן האָט שפּראַך, און דער עיקר, די ייִדישע שפּראַך, געדינט ווי אַן אינסטרומענט פֿון צוגעבונדנקייט צום כּלל־ישׂראל איבער דער וועלט, אַ מין מכשיר פֿון צוזאַמענהאַלטונג, אַ ברודערשאַפֿט, און אין דער זעלבער צײַט איז ייִדיש געווען אַן אופֿן פֿון אָפּזינדערונג און איזאָלאַציע פֿון דער נישט־ייִדישער סבֿיבֿה.

הײַנט צו טאָג זײַנען אַ סך ייִדיש־רעדער אָפּגעריסן פֿון זייער טויזנט־יאָריקן שפּראַכן־שטאַם. פֿאַראַן אַ טייל פֿון זיי, וואָס זוכן אַ וועג צוריק. פֿרעגט זיך די פֿראַגע, אין וועלכער ריכטונג וועט זיך די ייִדישע שפּראַך פֿאַראַנקערן? איין זאַך קען איך אײַך פֿאַרזיכערן, פּונקט ווי אַראַמיש לעבט דורך לשון־קודש, אַזוי וועט ייִדיש געפֿינען איר ווינקל צו אונדזער שפּראַך־אוצר; אָבער די סימנים זײַנען שוין בולט, אַלץ וואָס מיר דאַרפֿן איז, אַז נאָך דעם מעכאַניזירטן צושטאַנד פֿון דער דרויסנדיקער שפּראַך, וועלן די צוקונפֿטיקע דורות לעכצן נאָך אַ לעבעדיק ייִדיש וואָרט.