די נבֿיאישע קונסט

Prophetic Art

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published August 28, 2015, issue of September 18, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

די נאַציס האָבן פֿאַרדאַמט דעם „נבֿיאישן‟ קונסט־סטיל און בפֿירוש באַטראַכט עס ווי אַן אויסדרוק פֿון „ייִדישער נידערטרעכטיקייט‟. אין אַמעריקע האָבן די דײַטשישע „נבֿיאים‟ אָבער ממשותדיק געווירקט אויף די „היפּיס‟ און אויף דער קאָנטער־קולטור פֿון די 1960ער יאָרן. נישט צופֿעליק קומט די אויסשטעלונג הײַנט פֿאָר אינעם צענטער פֿון באָהעמיע; די „נבֿיאישע‟ קונסט־עקספּערימענטן האָבן טאַקע אַן אמתן באָהעמישן טעם.

אַ מוסולמענישע אַבסטראַקטע שילדערונג פֿון מוכאַמאַדס שליחות
אַ מוסולמענישע אַבסטראַקטע שילדערונג פֿון מוכאַמאַדס שליחות

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אין דער זעלבער תּקופֿה, ווען די דערמאָנטע קינסטלער האָבן אַנטוויקלט זייער סטיל, האָבן אַ צאָל באַקאַנטע מיזרח־אייראָפּעיִשע רבנים ערנסט באַטראַכט די פֿאַרבינדונג צווישן נבֿואה און קינסטלערישער שעפֿערישקייט. הרבֿ אַבֿרהם־יצחק קוק האָט געגלייבט, אַז די „ווילדע‟ שעפֿערישע דמיונות פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט זענען אַ סימן פֿון דער משיחישער תּקופֿה, ווען די נבֿואה וועט זיך ווידער פֿאַרשפּרייטן אויף דער וועלט. הרבֿ שמואל אַלכּסנדראָוו, אַן אַנדער באַקאַנטער תּלמיד פֿון דער באַרימטער וואָלאָזשינער ישיבֿה, האָט אויך אַסאָציִיִרט דעם בונטאַרישן גײַסט פֿון זײַן תּקופֿה מיט געטלעכע השׂגות און תּחית־המתים אינעם גײַסטיקן זין.

הלל צייטלין, אַ גאָר אינטערעסאַנטער חסידישער דענקער, האָט געשריבן, אַז פּאָעזיע, קונסט, נבֿואה און אַפֿילו משוגעת זענען טיף פֿאַרבונדן. דער רמב״ם האָט געשילדערט דעם איסלאַמישן נבֿיא, מוכאַמאַד, ווי אַ „משוגענעם‟. להיפּוך, טענהט צייטלין, אַז אַן עכטער נבֿיא, אַ גײַסטיקער רעוואָלוציאָנער, מוז זײַן „משוגע‟ אינעם גוטן זין פֿון וואָרט, פֿול מיט יענוועלטיק געטלעך התלהבֿות. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דער רמב״ם, נישט געקוקט אויף זײַן ראַציאָנאַליזם, האָט געגלייבט, אַז די נבֿואה האָט געדאַרפֿט זיך ווידער פֿאַרשפּרייטן אויף דער וועלט אינעם יאָר ד’תתקע״ו (1216). עס באַקומט זיך אַ פּאַראַדאָקס: כּדי צו באַשטימען אַזאַ פּינקטלעכע דאַטע, האָט עפּעס אַ מיסטישער מאַטעמאַטיקער געמוזט אַליין זײַן אַ שטיקל נבֿיא.

אַז מע רעדט שוין וועגן איסלאַם, איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אַ טייל גאַנץ טראַדיציאָנעלע ייִדן האָבן געגלייבט, אַז מוכאַמאַד איז יאָ געווען אַן אמתער נבֿיא, וועלכער האָט געוויזן די געצנדינער אַ וועג צום אַחדות־השם. די ייִדן מוזן אָבער ווײַטער פֿאָלגן זייער נבֿיא, משה רבינו. לויטן באַקאַנטן מדרש „נסתּרות של רשב״י‟, האָט אַ מלאך פֿאָרויסגעזאָגט רבי שמעון בר יוחאי, ווען ער האָט זיך אויסבאַהאַלטן פֿון די רוימער אין אַ הייל, אַז דער באַשעפֿער וועט אויפֿשטעלן אַ נבֿיא פֿאַר די אַראַבער, כּדי צו ראַטעווען די ייִדן פֿון די „בני־אדום‟ — די קריסטלעכע יורשים פֿון דער רוימישער אימפּעריע. אַזאַ דעה איז געווען באַזונדערס פֿאַרשפּרייט אין תּימן, ווי אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער אמונה, אַז די נבֿואה האָט זיך נישט פֿאַרענדיקט מיטן תּנ״ך און טרעפֿט זיך בײַ אַלע פֿעלקער.