אַ מעשׂה וועגן נײַע ישׂראלים

A Story About New Israelis


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published September 01, 2015, issue of September 18, 2015.

מיט בערך פֿערציק יאָר צוריק זײַנען מײַן ווײַב און איך געוואָרן באַלעבאַטים פֿון אונדזער ערשטער אייגענער דירה. דאָס איז געווען אַ „קאָ־אָפּ‟. דער עולם איז אין יענעם, מאָסקווער, בנין געווען בדרך־כּלל אַן אינטעליגענטער, מיט אַ היפּשער פּראָפּאָרץ ייִדן, האַלבע ייִדן, אַ ביסל ייִדן וכ’. בײַ מאָסקווער ייִדן (ווי אויך בײַ די גרוזינער און די אַרמענער) האָט זיך געפֿירט, אפֿשר מער איידער בײַ ניט־ייִדן, צו קויפֿן קאָאָפּעראַטיווע דירות. 

אַ סך שכנים זײַנען געווען אין אונדזער עלטער, אויך מיט קליינע קינדער, און טאַקע דורך די קינדער האָט מען זיך גיך באַקענט און צו מאָל אַפֿילו זיך פֿאַרחבֿרט. דאָ וועל איך צוגעבן, אַז צוויי פּאָרפֿעלקער פֿון יענעם הויז זע איך פֿון מאָל צו מאָל אויפֿן ברײַטאָן־ביטש שפּאַצירן, און נאָך מיט איין געוועזענער שכנה, וואָס וווינט אין באָסטאָן, רעדט מײַן ווײַב איין מאָל אין אַ פּורים אויפֿן טעלעפֿאָן.

צווישן די שכנים איז געווען איינער, וועמען איך וועל דאָ רופֿן וולאַדימיר. אַ חודש נאָך אונדזער אַרײַנציִען זיך אין דער נײַער דירה, האָט ער בײַ מיר געפֿרעגט, צי מיר האָבן אַ טעלעוויזאָר. זיי האָבן נאָך ניט באַוויזן עס צו קויפֿן. האָב איך געזאָגט, אַז יאָ, און דערמיט זיך אַרײַנגעפּאַקט צו קוקן מיט אים עפּעס אַ וויכטיקע שלעגערײַ פֿון צוויי באָקסערס. געדויערט האָט עס ביז אַרום צוויי אַ זייגער פֿאַרטאָג. ניט פֿריִער און ניט שפּעטער האָבן איך אַזעלכע ווילדע זאַכן ניט געקוקט.

בינו־לבינו, האָט מיר וולאַדימיר דערציילט, אַז געאַרבעט האָט ער ווי אַ קאָרעקטאָר אין אַ פֿאַרלאַג, וואָס האָט געדרוקט כּלערליי ביכער, בפֿרט לענינס ווערק, אויף אַראַביש. ער האָט מיר אַנטפּלעקט דעם סוד, אַז ער איז אַ האַלבער ייִד, אָבער אָפֿיציעל איז  ער — ווי ס’רובֿ אַזעלכע „העלפֿטן‟ — געווען אין זײַנע פּאַפּירן פֿאַרשריבן ווי אַ רוס, לויט זײַן טאַטנס נאַציאָנאַלער אָנגעהעריקייט. זײַן „רוסישקייט‟ האָט אים געהאָלפֿן צו ווערן אַ סטודענט אין דעם פּרעסטיזשפֿולן מאָסקווער אוניווערסיטעט, וואָס איז פֿאַר ייִדן געווען ווייניק צוטריטלעך. 

שטודירט האָט וולאַדימיר אַראַביש און געפּרוּווט אויך גיין אין קלאַסן פֿון העברעיִש. אָבער דער לעקטאָר — אַ ייִד — האָט אים געעצהט צו פֿאַרגעסן וועגן העברעיִש. די זאַך איז, אַז דער רוס וולאַדימיר האָט באַקומען זײַן פּנים דווקא פֿון דער מוטער, און קיין ייִדן, אַפֿילו מיט אַ רוסישן טאַטן, האָט מען צו העברעיִש־קלאַסן ניט צוגעלאָזט. 

קיין פֿרײַנד זײַנען מיר ניט געוואָרן; ניט צוליב זײַן האַלבער ייִדישקייט צי זײַן פֿרויס פֿולער רוסישקייט. ער איז פּשוט געווען פֿון דעם שניט מענטשן, מיט וועלכע איך חבֿר זיך ניט. אַזוי איז פֿאַרבליבן, אַז צו מאָל פֿלעגן מיר זיך איבערוואַרפֿן מיט אַ פּאָר ווערטער, און שוין. דערנאָך זײַנען מיר אַריבערגעפֿאָרן אין אַן אַנדער „קאָ־אָפּ‟. אין 1990 בין איך צום ערשטן מאָל געפֿאָרן קיין ישׂראל, און אין קורצן האָט וולאַדימיר מיר פּלוצעם אָנגעקלונגען. פֿון עמעצן האָט ער דערהערט וועגן מײַן נסיעה און געוואָלט וויסן, וואָס איך האָב דאָרטן געזען און צי מיר איז דאָרטן געפֿעלן געוואָרן. מער האָב איך פֿון אים ניט געהערט… 

ניט לאַנג צוריק האָט מיר מײַן טאָכטער געזאָגט, אַז זי האָט דורך דער אינטערנעץ זיך פֿאַרבונדן מיט וולאַדימירס עלטערער טאָכטער. זיי האָבן זיך אַ מאָל, ווי קינדער, געחבֿרט. מײַן טאָכטערס אַמאָליקע חבֿרטע האָט פֿאַרענדיקט דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, געמאַכט אַ דאָקטאָראַט און פֿאַרבליבן דאָרט אַרבעטן. איר מאַן שטאַמט פֿון די מאַראָקאַנער ייִדן, זיי האָבן צוויי קינדער. די ייִנגערע שוועסטער האָט שוין אויך אָפּגעדינט אין דער אַרמיי, חתונה געהאַט, האָט אַ קינד. און דער טאַטע זייערע, וולאַדימיר, אַ דאַנק וועמענס האַלב־ייִדישקייט איז די עליה זייערע דערמעגלעכט געוואָרן, האָט זיך לאַנג אין ישׂראל ניט פֿאַרהאַלטן. ער האָט זיך געגט מיט זײַן פֿרוי (זי האָט זיך דווקא גוט אײַנגעאָרדנט אין ישׂראל) און איז ווידער געוואָרן אַ מאָסקווע תּושבֿ, דרייט זיך דאָרטן בײַ עפּעס אַ געשעפֿט.

איך האָב זיך ניט איין מאָל דערמאָנט אין אָט דער געשיכטע, בעת כ’האָב מיט אַ פּאָר חדשים צוריק פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג אין ישׁראל. אין די אויגן האָבן זיך אומעטום ממש געוואָרפֿן אויסגעשפּראָכן סלאַווישע פּנימער — אי מיט פּאות, אי מיט „עוזיס‟. ווי מײַן מאַמע פֿלעגט זאָגן, ווען זי האָט זיך אַרומגעקוקט אין ישׂראל: „אַ מאָדנע וועלט‟.